ביאגראפיע פון די לעבן פון הרה"ג ר' משה גרין זצ"ל ראש ישיבה דמאנסי

ביאגראפיע פון די לעבן פון הרה"ג ר' משה גרין זצ"ל ראש ישיבה דמאנסי

פיני הירש - חול המועד פסח תש"פ


מיט פארקלעמטע הערצער האט כלל ישראל אויפגענומען די בשורה אז הגאון הגדול רבי משה גרין זצ"ל, ראש ישיבה ד'מאנסי, האט אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה, און איז אוועק פון די וועלט איבערלאזנדיג פאר'יתומ'ט א משפחה פון 17 קינדער בלע"ה און טויזנטער תלמידים יראים ושלמים איבער די גאנצע וועלט.


קורצע ביאגראפיע.

דער ראש ישיבה איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער, רבי ישראל גרין, וועלכער איז געקומען קיין אמעריקע פון רוסלאנד אין שנת תרפ"ב. קורץ נאכדעם וואס זיי זענען אנגעקומען אין ניו יארק, איז רבי משה געבוירן געווארן, און איז אויפגעוואקסן אין אידישן ניו יארק.

די ראש ישיבה אלס בחור


אלס בחור האט דער ראש ישיבה געלערנט אין ישיבת חיים בערלין, ישיבת תורה ודעת, ישיבת מיר פלעטבוש, און שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען לערנען אין בית מדרש עליון אין מאנסי, וואו ער האט געלערנט ביי הגאון ר' ראובן גראזאווסקי.

נאך זיין חתונה האט ער געבליבן אין כולל פאר לאנגע צען יאר, דערווייל איז דער ראש ישיבה נתקרב געווארן צו הרה"ק מסקווירא זצ"ל, און נאך זייענדיג א יונגערמאן אונטער די דרייסיג יאר, האט דער סקווירא'ער רבי אים אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין סקווירא'ער ישיבה.

ווי אויך האט די ראש ישיבה געדינט אלס די שליח ציבור ימים נוראים אין בית מדרש הגדול דשיכון סקווירא פאר לאנגע יארן, ווי די ראש ישיבה האט אריינגעקאכט אין די תפילות און אריינגעשלעפט די גאנצע בית מדרש אין א העכערע אטמעספער.

און ס'איז באקאנט די אויסדריקן וואס די רבי זצ"ל האט זיך געזאגט אויף די ראש ישיבה: "ר' משה לערנט תורה לשמה", ווי אויך האט זיך די רבי זצ"ל אויסגעדריקט אמאל "ר' משה איז א עכטע יראת שמים" און נאך.

ווי אויך איז באקאנט די מעשה ווען די רבי זצ"ל איז געווען אין א שווערע געזונט צושטאנד און געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל, האט די רבי זצ"ל געזאגט פאר די ראש ישיבה זצ"ל זאל פוילן א רפואה פאר אים מיט זיין גרויסע כח התורה.

שפעטער האט זיך די ראש ישיבה אריבערגעצויגן קיין מאנסי, וואו ער האט געגרינדעט די בארימטע ישיבה ד'מאנסי אויף ראומאן באלאווארד. אין דעם באשיידענעם ווינקל האט ער מרביץ תורה געווען פאר טויזנטער תלמידים במשך צענדליגער יארן, וועלכע געדענקן זיין אויסטערלישע התמדת התורה און שטארקע פירערשאפט פון דער ישיבה.

דער ראש ישיבה איז אפגעפירט געווארן צו זיין אייביגע רוה אין בית החיים אין שיכון סקווירא. ער האט אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים יראים ושלמים, צווישן זיי תלמידי חכמים מופלגים און בעלי בתים חשובים, וועלכע וועלן פאראייביגן זיין זכרון אויף לאנגע דורות.

ביי די לווי' האט האדמו"ר מזוועהיל שליט"א (לאנגיעריגע חברותא מיט ראש ישיבה זצ"ל) אויסגעריפן און אויפגענומען די עלטסטע זין הרה"ג ר' שלום גרין שליט"א (לאנגיעריגע מגי"ש דא אין שטעטל) צו דינען אלס ראש ישיבה און פירן די ישיבה מיט די הילף פון די ברידער'ס, אזויווי די ראש ישיבה זצ"ל האט געשריבן אינעם צוואה.

האדמו"ר מזוועהיל ביים לווי'
ביים לערנן אין שפיטאל מיט האדמו"ר מרביץ זוועהיל שליט"א


תלמידים דערציילן:

דער ראש ישיבה האט געהאט מסירת נפש פאר תורה אויף א פארנעם וואס מ'האט נישט געזען. ער האט געגעבן שיעורים זייענדיג קראנק און שוואך.

אין די לעצטערע יארן איז ליידער אויסגעקומען אז די ראש ישיבה איז אסאך געווען אין שפיטאל, אבער ראש ישיבה איז ער געבליבן כאילו לא היה, אפילו אויף די שפיטאל בעטל איז זיין קאפ געווען אין ישיבה.


און אסאך מאל האט זיך געמאכט אז אויפן וועג אהיים פון שפיטאל האט די ראש ישיבה געבעטן מ'זאל אים גראד טראגן אין ישיבה אריין.

איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן ווי נאכ'ן שיעור איז זיין גמרא געווען פול מיט בלוט ר"ל.

דער ראש ישיבה האט געליטן פון עטליכע סטראוק'ס אין זיינע זעכציגער יארן. זייט דעמאלט איז ער געווען ביטער שוואך און קראנק, בלייבנדיג טיילווייז פאראליזירט. אבער גארנישט האט אים נישט אפגעשטעלט פון זיין אויסטערלישע עמילות בתורה. ער איז ווייטער געקומען מיט מסירת נפש אין ישיבה אויף א רעדער בענקל, ווען איין חלק גוף איז אים גענצליך פאראליזירט.

אויסער זיינע טיפע שיעורי תורה און הדרכה, האט דער ראש ישיבה זיך אפגעגעבן געטריי מיט די תלמידים. ווען איך בין א שטיק צייט אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס, און אויך געבליבן אין בית המדרש נאך מעריב, איז דער ראש ישיבה צוגעקומען צו מיר און געזאגט, "פרעג דיין מאמען צו מ'מעג דאס טון. מ'דארף שלאפן און מ'דארף זיין געזונט."


איינע פון די יסודות וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעפרעגלט אין זיינע תלמידים איז געווען פונקטליכקייט. אלעס אין ישיבה איז געלאפן אויף א גענויעם זייגער יעדן טאג, און יעדן צופרי פלעגט ער זיצן ביים טיר מיט א זייגער אין האנט און אפווארטן די תלמידים. דער ראש ישיבה האט נישט טאלערירט קיין תירוצים פאר'ן שפעטיגן.

לאנטש האט זיך אנגעפאנגען יעדן טאג אום 2:07. דער אפיציעלער זמן איז געווען 2:00, אבער מ'האט נישט געטארט זיין א 'תינוק הבורח מבית הספר'. ערשט ווען דער זייגער האט געשלאגן 2:07, האבן זיך די גמרות צוגעמאכט.

דער ראש ישיבה האט שטארק מקפיד געווען אויף ביטול תורה. כ'האב אמאל געפרעגט דעם ראש ישיבה וועגן גיין צו א גדול'ס לויה, האט ער געזאגט, "לערן תורה לעילוי נשמתו, און ס'וועט דיר זיין א גרעסערע זכות."

מצות באקן


דער ראש ישיבה האט מקיים געווען דעם שמאל דוחה וימין מקרבת. צומאל האט ער זיך נישט אפגעהאלטן פון זאגן שטרענגע מוסר רייד מיט שארפע ווערטער וואס איז אריין אין די ביינער, אבער אלס מיט א פאטערליכע ליבשאפט, און מען האט פארשטאנען אז דער ראש ישיבה מיינט לתועלת. ס'איז געווען א זכיה צו לערנען ביי אזא אדם גדול.

ת.נ.צ.ב.ה.


עטליכע אינטערעסאנטע בילדער.

ביי א חתונה פון א א אייניקל



הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ביים זיך ווינטשן פארן איבערנעמען די שטעלע פונעם ראש ישיבה אלס שליח ציבור פאר די ימים נוראים
פירום


געברענגט צו אייך דורך:

https://t.me/NewSquareUpdates

Report Page