האלאו, פארסט קיין אומאן?

האלאו, פארסט קיין אומאן?

אידישע מידיע

מעמוארן פון די פארכטיגע טעג:


ליל ראש השנה, תש"ס - תש"ע:

איי ווי עס געדענקט זיך די קאזשמארן פון ארומלויפן מיט א טרוקענעם צינג און דיקע בגדי קודש אפנעמען לשנה טובה פון די רעכטפארטיגע מיט די ווייסע זאקן און ברייטע היטן די וואס זיצן אויף גרויסע בענקלעך, גיבן עצה'ס פאר פרנסה און וואונטשן בני בית מיט די אויגן צום טיש. די וואס חתמענען צעטליך פאר א ליווינג און זענען מוחה פאר שוואויל טאג. ערליכע אידן? קען זיין, וואוילע אידן? זייער מעגליך. אבער וואס האט מיר - דעם אנדערן וואוילער איד, געברענגט אהין צו זייער לאנגע ליניע איינמאל א יאר ראש השנה דאס וועט נאר א איד וואס נעמט זיך ארום אין א ברענעדיגן שבת אינדערפרי מיט א בעקיטשע, א טלית, און א ראזשעוואלקע דערויף, קענען פארשטיין געבן. מיט א רוח התחדשות פון א פרישער בעל תשובה אין נייע בגדים, פלעג איך ארומלויפן מיטן טאטן דעם לאנגן שפאציר פאר הייליגע מציאות. אויף בעדפארד עוועניו האמיר געשפאנט מיט א שנעלקייט ווערענדיג כסדר איבערגעהאקט דורך וגילו ברעדה'דיגע לאלתר לחיים וואונטשערס מיט סטאדעס קינדער פון די זייט. "איך לויף צו דא צום שפּאלער, נאך דא וואס צו גיין?" "הממ.. איך קום יעצט פון דארט אז דו לויפסט יעצט קענסטעים נאך כאפן". זעמיר געשטאנען ביים דיין דעם לאנגן וועג ארויף די שטיגן. דער עולם האט געמורמלט מיט פארכט און געשוויצט פון קדושה איבערגעבענדיג די באריכטן, יעדער פון זיין סוקסעספולן נאכט. וועלכע רב מען האט מחזק געווען און ווער ס'האט געהאט 'אזא' עולם. 

דערנאך איז מען געלאפן צו די באבעס, ווערענדיג אנטפאנגען דורך א פלאטע פון וויגעלעך און איבער ענטוזיאסטישע מומעס וואס האבן מיר בלית ברירה געמאכט אויפגעבן דעם באהאלטענעם תענית דיבור. אין א שארפע קאנטראסט פונעם גוף מיטן נשמה האט מען מיט א געשוואלענקייט פון א ליידיגע בויך און א זעקל השפעות ענדליך געהויבן דעם בעכער צו חצות.


ראש השנה בבוקר בבוקר:

 די זייגער קלאפט דריי און פערציג נאך ניין אינדערפרי, מיין קאפ ליגט אנגעלעהנט אויפן לינקן האנט איבער א ווייסע טישטוך און א מידעקייט שוועבט ארום מיין גייסט. עס הערשט א שטילע מורמעלעריי אין שול און די ביסל גערודער פון גרישענדע בענק און טראסקענדע סידורים ווערט פארטייבט דורך די מאכטפולע אפקילונגס מאשינען וואס בוזשעווען שוין זינט די פריהע פארטאגס שטונדען. 


איך הער דעם בעל בכי ביים עמוד אויפהייבן דאס שטימע מיט דעם באקאנטן יאמערישן פסוקי דזמרה נוסח. די קול דרינגט אדורך מיינע גלידער אויפטרייסלענדיג מיינע פארקלעפטע קערפער. אזוי ח'זרט זיך עס איבער יעדע פאר מינוט - ווי א סנוזט וועקער זייגער. דער טרויעריגער ציהט ארויף און יאמערט אראפ ניצענדיג א פסוק דערביי. דאסמאל בין איך שוין אויף מיינע צוויי פיס אויפן ריכטונג צום קאווע צימער. 


איך האב שוין דאס מאגן מיינעם באגאסן היינט מיט צוויי דאוזעס קאפין, איינס אינדערהיים און איינס אין בית הכנסת. אין א געווענליכן טאג בין איך שוין אזא צייט לאנג ביי די כוחות. ס'מער די צייט וואס שטיפט מיר צו דעם עיר מקלט'ל ווי די קאווע בונדלעך וואס ציען. אין איינוועגס האף איך אויך צו טרעפן עפעס קאמפעני, איינער וואס איז וויליג צו גיין די עקסטרע מייל חוץ געבן א בייג מיטן קאפ און ארויסמורמלען א טיאָמטעוו, ווי אלע מיינע באגריסער דעם אינדערפרי. 


איך ווייס נישט פון ווי די אידן ווייסן שוין זייער גזר דין אבער קוקן קוקט אויס ווי זיי נעמען עס גאר שווער. אקעי ווי נישט ווי איז דאך היינט די טאג וואס מען באשטימט פון אויבן וויפיל געלט מ'גייט מאכן דאס יאר, היינט איז א טאג וואס אויב פירט מען זיך אויף ווי א צדיק טיילט דער אויבערשטער זכותים קיופאן'ס מיט וואס מען קען זיך פארזיכערן א פערפעקט יאר. והשנית איז דאך גאנץ קלאר פאר יעדן אז ביפאר פירע פינעווע קען מען פארגעסן פון אריינעמען עפעס זאכליך אין מויל - וואס ווערט היינט גענוצט ריין פאר תשבחות צוועקן, אלזא פארשטיי איך אז ס'קומט נישט נאטורליך צו שמייכלען געמוטליך. ווי האט מיר אן עלטערער איד אויסגעמוסערט פריער: "די מיינסט סא קינדער שפיל.. סא יאם הדין היינט.. צדיקים פלעגן ציטערען אזא טאג.. נו וואס זאל מיר אונז קליינע מענטשעלעך טראכטן. אַה, היינט טוט זיךא פרעסעריי ביפאר תקיעת שופר, ביים רעבין זעמיר געזיצן א גאנצן טאג אויף איין פלאץ און זיך נישט גערירט פון אינדערפרי ביז ביינאכט, אפילו אויף ארויסצוגיין!" -- נישט זעהענדיג קיין התפעלות פון מיין זייט האט ער אנגעהויבן נוצן די א.ק סטראשע "די מיינסט אז אלעס גייט אייביג געשמירט.. העסט עלטער ווערן העסטו שוין זעהן אז ס'גייט נישט ווי אזוי מ'וויל.. יא יא, איך בין אויך אמאל געווען יונג.." פארוואס זיי רעדן זיך אייביג איין אז די יונגע מאכן שטענדיג איבער זייערע טעותים ווייסט איין באשעפער. איך געדענק נישט וואס האט דאס פאראורזאכט אבער די שמועס האט זיך גענדיגט מיט אים באזידלענדיג מיך מיט די טערמינען אויבער חכם, עזות פנים, ליטוואק וכו.


אלנפאלס, די סיבות פארוואס אנדערע זענען זויער זענען גאנץ קלאר, איך בין אבער דירעקט אין א פאזעטיווע גיסטע וואס ווערט פארגיפטעט פון די ביטערע זויערקייט וואס דער נחש ביים עמוד לייגט אריין אין מיין דאווענען און פון די פארכמארעטע פרצופים וואס זענען שרעקליך באזארגט יעצט אויב זיי לעקן כביכול גענוג אריין יעצט דעם אלמעכטיגן מטיב לבריותיו. דאס אז איך דארף בכלל אויסהערן פאר צוויי שטונדן דעם יעניגן זכר לחזנים פון די תקופת הנחושת איבערזאגן די שטיקלעך וואס איך ווייס ברור אז ס'נעמט נישט מער ווי מאקסימום א האלבע שעה צו זאגן - גיבט אויך גארנישט צו, נישט צו מיין הארץ און זיכער נישט צו מיין פארהונגערטן גוף יתירה.


אזוי שטיי איך מיר אליינס אין קאווע צימער, בייוואוינענדיג די שווערע פּארקער אהין און צוריק פון די אפּפאל שטיבער, די קאווע האט אויך יענץ טעם.

בלית ברירה זעץ איך זיך צוריק אוועק אויף מיין פלאץ מיטשלעפענדיג א תרי עשר'ל אויפן וועג. איינמאל א יאר וואס איך בליק אריין אביסל אין נביאים איז ימים נוראים ביים דאווענען און אין די לענגערע לילי טבת וואו איך פרוביר אנצוהייבן נ"ך פון דאסניי.

אין א ספּען פון עלף מינוט האב איך שוין אנגעיאגט אנצוהייבן, מיכה צפניה און חגי, קיין איינס גייט מיר עפעס נישט. פארפאלן, נאך אלעם יו קענט גאו ראנג מיט די טיפישע בענדער פון שמואל און מלכים. די בענדער האבן א געשיכטע-ליניע. מען ברויך נישט די הילף פון זיבן פרשנים צו אנטשיידן יעדעס ווארט.

איך בליק אויפן זייגער, מיט א שטילע האפענונג צו איבעראשט ווערן ווי שנעל די צייט איז געלאפן. ווייסטעך, מען פרובירט זיך אליינס צו נארן אז ס'נאך גאר פריה אזוי אז ווען מען זעהט ס'שפעטער איז אויטאמאטיש די צייט געפלויגן.. ס'איז אויף די זעלבע גאנג פון האלטן א נטילת ידיים טעפל שיהף, זיך אליינס איינצורעדן אז ס'שוין פיל, נישט קוקן אויף די צייט כדי צו כאפן זמן קרישמע, ועוד. (קען זיין ס'בלויז סובזשעטיווע שגיונות..). שטילערהייט האב איך זיך אויך האלב פארלאזט אויף דעם ספעציפישן זייגער וואס פארמאגט די סארט סעקונדע שטעקן וואס דרייט זיך אהן אפשטעל, האלטענדיג אז ס'לויפט למעשה שנעלער. והנה, איך קוק ארויף, און גארנישט. ס'גאנצע צען זעקס און פערציג. ממש אויפן זעלבן פלאץ ווי איך האב אים פריער איבערגעלאזט. ס'בערך די זעלבע געפיל ווי ווען מען ספיד פופצן מינוט און וועיז געבט זעלבן עקשנות'דיגן איטיעי.


ווידעראמאל גיי איך צום שאנק פאר א פרישע און דאסמאל גרונטליכע זוך אקציע פאר א פאסיג ספר וואס קען שטיין צוהילף ביי לענגערע געלעגנהייטן. צוערשט געבט א בליץ אויף דאס פינטעלע בחור אין מיר און פרובירט מיט חוצפה ווידעראמאל אויפצווועקן די אלטע שאיפות פון דורכהאקן ראש השנה איבער יום טוב, יומא ביז יום כיפור און סוכה אמווייניגסטנס. אבער ער קען זיין אויסגעברענטן צדיק'ל וואס האט שוין עספיעט אין זיין קורץ לעבן אנצוהייבן יעדע מסכת אין ש"ס, תמיד גרייכענדיג נישט ווייטער פון דף גימל עמוד אלף דארט אונטן און ער ווייסט אויך אז זיין צדיק'ל האט נישט קיין איבעריג חשק אריינצולייגן צייט אין די אלע לימודים וואס עקספייערן א טאג נאך יום טוב, אלזא איז ער מסכים עטוואס נאכצולאזן און זיך באגניגן מיט א בלויזן רמב"ם זמנים אויך נאר מיטן חשבון אז צווישן שחרית און מוסף ביידע טעג וועל איך אניאגן צו קאווערן הלכות יום טוב און נאך.

פאר קרישקעלעך צוועקן געב איך א כאפ א מי השילוח און עפעס אן איזראלי ירחון וואס ענהאלט מסתם עפעס מאמרים אויף יהדות פון צוויי וואָנעבּי טראכטער, א שטיקל פון רח"פ שיינברג אויף תורם ממין על שאינו מינו און עטליכע קלישעי געשרייבאכטסער אויף די פאפולערע סגיות אין קידושין, דורך לומדישע אברכים פון עפעס א כולל. 


דער בעל תפילה שמייסט ווי א באס דרייווער אויף א טונקעלע שאסיי, א טייל דרימלען א טייל האלטן מיט, א טייל שמועסן און א טייל קוקן אריין אין א ספר. חוץ פון די פּאר דא דארט די ואתה הוא מלך וכו. איז עס היבש א שטילע רייזע. 

מיין שכן צו רעכטס האט זיך שוין איינגעוויקלט אין די הייליגע דאכענע פאר אומגעפער פערציג מינוט צוריק און אזוי האט ער אפגעדרימלט ביז ותן תּן פחדך. ווען ער האט זיך שוין יא ענדליך אויפגעכאפט און א קוק געטאהן ווי מען האלט האט ער זיך אין אן אטעם צוריקגעלייגט..

פון אונטער מיר הער איך א טאטע אנזידלען זיין אכט יעריגס וואס איז נארוואס אנגעקומען מיט צושטרויבעלטע לאקן, פארן פארשלאפן זיין מזל. "אזוי האב דיך מחנך געווען?! ראש השנה אינדערפרי פּאפט מען ביז צעהנע?! ווילסטיר אנווערן דאס גאנצן מזל ל"ע? יא דאס ווילסטו?! א גאנצן אינדערפרי קען איך נישט קיין ווארט מכוון זיין. שטיי דא אויף איין פלאץ מיש אויף און נעם דיך דאווענען, קיין ווארט לאז נישט אויס!"



טיף אינמיטן א גאר דמיונות'פולען קלאץ הער איך פלוצים א שטארקע גערויש פון בענקלעך, ובכן לך הכל יכתירו.. דער עולם ווארפט ארויף די זילבערווארג איבער די פנימ'ער און ס'הייבט זיך אהן די 'ווער קען העכער' פראגראם. יעדער פרובירט איבערצושרייען דעם צווייטן אינקלודינג דער בעל תפילה וואס לייגט נאךצו דראמאטישע קרעכצן און דערשטיקט זיך ביי לצופה נסתרות, כדת משה וישראל. איך בין קאלט ווי א שטיין. איך פרוביר אויך צו זיין טרויעריג, צו באוויינען עפעס א צער מיינע אבער איך זעה נישט די ריכטיגע ווערטער ווי דאס ארייצושטיפן. אפשר ביי לחומל מעשיו. איך פרוביר צו זיין טרויעריג פארן נישט זיין טרויעריג אבער דאס גייט אויך נישט. 

פארענט פון מיר שטייט א איד וואס ניצט אויס דאס לעצט ביסל קול מיט א ביטערניש און ציהט אויס יעדעס שטיקל מיט א האלבע מינוט לענגער פון יעדן. ער איז פון די נארסאסיטישע אידן. די זענען די וואס זאגן אהן די קינדער מיט וועם זיך צו חבר'ן און מיט וועם נישט. די וואס האבן גאר שלעכטע מידות ווען זיי זענען הונגעריג. די וואס קוקן תמיד אויף דיר מיט א דורכדרינגליכע באשילדיגונגס בליק, די וואס טראגן אהן שוואכע שידוכים זאגענדיג אז מען קען סייווי נישט באקומען בעסערס. די וואס זאגן ימח שמם ווען מען דיסקוסירט באמעס און ארויסגעפאלענע אינערהאלב די באפעלקערונג ביז זיי לערנען זיך אויף די אייגענע ביינער אז לא רחוקה הוא.


עס קומט צו שופר בלאזן, די יראים ושלמים זיצן שוין א האלבע שעה בעפאר מיט נאסע פיאות און א תהילים. אנדערע קוקן אריין אינעם מחזור די עובדות והנהגות פונעם רעבין פאר שופר בלאזן. א לויטערע אימה שוועבט אין די לופטן. יעדע צוויי מינוט קומט א צווייטע בלאסע אידענע צום טיר פרעגן ווען מען בלאזט. 

א ווארימע שחרית כאפן די נשים אין ראדנע. ספעשיל ספעשיל מוידן זיצן אויף די באבעס געקויפטע זיצן זיך שאקעלענדיג לאנגזאם מיטן מחזור צוגעדריקט צום פנים. א שווערע סורוועלענס סיסטעם איז איינגעשטעלט מטעם לעידיס אוקזילערי און יעדעס געוויין ווערט פארצייכנט און צונומען שפעטער. "נעבעך דעי כ"ץ ווייבל, כ"ץ קליין - די מאמע איז א גראס, האט נעבעך אזוי געוויינט. זיטעך פארלוירן די מאמע פאריאר. איר שוועסטער האט נעבעך אן עלטער מיידל וואס גייט נישט קיין שידוך, אויך זייער ווארים געדאווענט. געשטאנען א גאנצן צייט. ווערי איידעלע גירל, אינטערסאנט פארוואס זיי גייט נישט קיין שידוכים. זיי האבן זיך געמוטשעט ביי די עלטערע אויך" מיט ווייעדיגע פיס שטייט מען און מען ווארט די ענדלאזע שטילע שמונה עשרה, לזכר אותו צדיק וואס האט עקשעלי גענוצט דעם שטערבליך לאנגן צייט פאר עפעס א צוועק חוץ ענדיגן שפעט. דאס ווערט נאכגעפאלגט ביי א שטייט באוועגנדן אבינו מלכנו וואס פארמאגט די מאכטפולקייט צו ארויסנאגן דאס לעצט ביסל גלייכגעוויכט פונעם אפגעדינטן מתפלל און פארוואנדלען דעם אנוש אין א שק של עצמות. אלנפאלס נאכן אריינכאפן איין תפילה אין ראדנע/הופפער וכו. שפירן זיך שוין א טייל פון די מאוסים ליום אחד גענוג באקוועם צו הערן שופר בלאזן אין א קליינע שול. "טאקע נישטא דעי ווארימקייט, פארפאלן". טאקע דא אנדערע וואס גייען נישט אין ערגעץ חוץ פון גרויסן בית מדרש. "נע אהנע עולם האט דאס דאווענען יענץ טעם" זאגט באשקי - די וואס קומט אהיים יעדעס יאר מיט א פרישע ערשטוינונג ווי לאנג די רבי האט היי יאר געשלעפט.


דער עולם הייבט זיך אהן צאמצוקומען. מ'הייבט אהן לדוד מזמור, מ'שטעקט ארויס די פינגערלעך, ס'גייט קולות. די קלימאקס קומט ביי מן המצר, ס'הערשט א קוויטשעריי ווי ס'זאל ווען יעצט דורכפארן א טרעין הארט איבער די קעפ. איך הייב אהן שנעל צוזאמנעמען בקיצור נמרץ אלע כוונות וואס מחזור המפורש האט פאר מיר אנגעזאמלעט. די מאמענט איז אט אט דא. תקיעת שופר. איך הער "תקיעה!" איך האף צו שפירן עפעס א קדושה דורכדרינגען מיינע גלידער. אבער איך הער בלויז א קול. א גלאטע קוויטש. מיין קאפ הויבט אָן ארומטאנצן פון א געבונדענער יצחק ביי די עקידה ביז די דונערן ביים בארג סיני, איך פרוביר צו צומישן דעם שטן מיטשלעפענדיג יובל . דער בעל מקריא האלט שוין ביי תשרק און איך האב קוים עספיעט אריינצוטייטשן ר' סעדיה גאון'ס פערדע פשט. איך זאג היום הרת עולם. איך שפיר נישט גארנישט. איך ווייס נישט אויב עס איז דא א מער באדייטלאזע געפיל פון אט דיזע מאמענט און אירע קאזינעס - כל נדרי די דריטע מאל און איכה די צווייטע פרק. ביים צווייטן האלב תקיעות פרוביר איך שוין די גלייכע לומדישע גאנג, איך הער תקיעת שופר סתם ווייל די תורה הייסט (וואסע נייעס) אבער מיין נשמה ווערט נישט באגייסטערט. נאך ווייניגער ווערט עס באגייסטערט זעהענדיג דעם פרומאק טופּען מיט די פיס און ווארפן זיין צופלויגענעם פרצוף מיט פארמאכטע אויגן און גרימאסן וואס זענען געאייגנט פאר שוועריגקייטן ביים ארויסגיין.



ערב יום כיפור:


הנני העני ממעש, איך אפתח פי, ווי נעמט די קוראזש צו ביישרייבן אן ערב יום כיפור בימים ההם. געוואלד געוואלד...

נאך א גרייז גרויען פארנעפלטן פריהמארגן צווישן הונדערטער טשיקנס און פארשלאפענע אידן קומט מען אהיים צו א פארוואלקענטע סעודה. נישט ווייט פונעם האניג האלטער ליגט א קארדלעס פון ווי פארפרעמדטע פלומעניקעס און שעמוועדיגע שוועסטער קינדער קלינגען די מומע צו וואונטשן א גמר חתימה טובה. מען קייעט די חלה אונטער א שאטן פון ערנסטקייט און פארכט צוהערענדיג צום ערב יום כיפור סאונדטרעק. "יא. יא, יא, ברוך השם, שקויעך. שקויעך, אמן דו אויך. בעט אויס אלס גוטס און האב אינזין די גאנצע משפחה, יא אוודאי, דער עיקר איז אז מ'דאווענט.. יא, יא, גוט יום טוב.. שקויעך. אזוי קומט אריין איין קאל נאכן צווייטן.


א שמייכל איצט איז ווי א סטרעטש ביים דוכענען, ווי א געניץ אונטער א חופה, ווי א היקאפּ אינמיטן שלאף, און ווי (עיין ע"ז יז ע"א).

ווי פלעגט ר' לעמעלע איבראנער זאגן: איין שמייכל ערב יום כיפור איז מער ווערט פון אלע געוויינאכטסער פורים.

השם ישמרנו אז ס'פארגליסט זיך חלילה א לאַך פאר איינע פון די בני בית. ווי באקאנט זאגן דאך שוין די פריעדיגע אז פון עצבות קען מען צוקומען צו כעס. ביז יאר 1969 איז דאס בלויז געוועזן א טעאריע. דאן, אין יענעם יאר איז אויסגעקומען פאר א גריכישער פראפעסאר, א איד, צו עסן א ערב יום כיפור סעודה ביי א היימישער איד פון איסט וויליאמסבורג. 

איך העל בלויז ציטירן א שטיקל וואס איז דאן ערשינען אינעם נ.י טיימס:

"מיר האבן זיך געוואשן און געגעסן די ווארימע מאכלים וואס די רעבעצין האט צוגעגרייט און אביסל ארומגעשמועסט איבערן יום טוב. עס האט געהערשט א שטילקייט און בלויז דער ראש המשפחה האט נאכגעזאגט ווערטער און פארציילט סיפורי צדיקים, נעבן מיר איז געזיצן א קליין פינף יעריג יונגל וואס האט עפעס אריינגערוימט פאר זיין עלטערן ניין יעריגן ברודער, בשעת די טאטע האט גערעדט. פלוצים האט דער ניין יעריגס אויסגעבראכן אין א היליכיגן געלעכטער איבערהאקענדיג דעם פאטער. דעם טאטנס אויפגעברויזטע אויגן זענען גרעסער געווארן פון די קניידלעך אין טעלער און שארפער פונעם חריין המשולש. בליקענדיג פון די זייט האב איך געזעהן דעם פאטער אנזידלען דעם זוהן מיט שטרענגע פאקסן, וואס זענען געווארן ווילדער און קאכעדיגער עד כדי מאכל בן דרוסאי און ווען דאס אלעס האט נישט געקענט באיינפלוסן דאס קינד צו דערשטיקן זיין געלעכטער האט זיך דער אבי השולחן האסטיג אויפגעשטעלט מיט א הויפן ברעקלעך אויף די בעקישטע און א שלעפ געטאהן דאס קינד ביי די ארבלען - אריין אין ציממער. 

פון דערווייטענס האב איך ארויסגעהערט יאמערליכע קולות און וויי געשרייען וואס האבן מיר גאר צושאקעלט. איך האב געהערט דעם טאטן אטעמען שווער שמייסענדיג. איך האב געהערט די אפגעהאקטע ווערטער האלב פארשלינגען אין זיין אטעם. ביי מיין.. סעודה.. לאכט מען.. נישט ארום.. נישטא קיין ליצנות... ביי מיר אין שטוב.. אין אזא גרויסע טאג... דער געשמיסענער האט נישט אויפגעהערט צו באשולדיגן דעם קליינעם וואס האט אים אריינגערוימט דעם וויץ. 

נאך א דריי מינוט איז דער פאטער ארויסגעקומען האלב בלאס און פארשוויצט און אהנע פריעדיגע ווארענונג דערלאנגט דעם פיצי א פראסק וואס האט אים אזאנס געשאקט אז די געוויין האט זיך ערשט אנגעהויבן א צען סעקונדעס דערנאך" עד כאן.

און אויף דעם ארויף באזירט ער איינע פון זיינע שטארקע אויפווייזונגען אז די וואס ליידן אויף דערביטערטקייט קענען שנעלער צוקומען צו זיך פארלירן.


ווי האט זיך א איד צו מיר אפגערעדט פריער "ס'נישטא היינט די ערנסטקייט פון אמאל. היינטיגע יונגעלייט ווילן אלעס גרינג, מען דאווענט אין די קליינע שוהלן, מען פארט ווייסעך ווי ל"ע, זיי ווייסן נישט וואס א ימים נוראים האט אמאל געמיינט" 


ווי פלעגט די רבי זאגן: זיי ווייסן שוין איינמאל..