מאונט סיני סומאטוכע

מאונט סיני סומאטוכע

מאיר צבי טויבער

עס איז מאנטאג 9:48pm ביינאכט און מיין חבר ח"א קאלט מיר און ער האט אויפן טעלעפאן העסקן הנמרץ ר' ש"ג מיט עפעס א מעשה פון א משפחה אין שפיטאל וואס איז אויסגעשפארט און געווארפן ארויסגעווארפן פון די צימער פון זייער מאמע.


איך טראכט צו מיר זיכער האט די משפחה אנגעזייעט כאאס אין שפיטאל און יעצט זיכן זיי איינער זאל אויפהייבן די שמוץ וועש.


דער עסקן פארציילט מיר דעטאלן און די האר פון קאפ שטעלט זיך מיר אויף. א משפחה וואס האט פשוט געטוען וואס עס איז אין זייער מעגליכקייט צו איבערבלייבן די נאכט שעות מיט זייער מאמע וואס מוז האבן הילף רונדע דעם זייגער.


איך פרעג עם איבער און ער קעקעצט נישט. זאג איך עם ווי זענען די פראמינענטע ארגענעזאציעס וואס טוען אינעם ענין? פארוואס דרייען זיי נישט איבער? זאגט ער מיר אז זיי ווילן נישט איבערייסן דעם קשר מיטן שפיטאל... ווייל די פרעזידענט פון שפיטאל וויל נקמה נעמען אינעם משפחה און אז זיי האבן פראבירט צו שתדלן, און פאר זיי לוינט זיך נישט צו איינרייסען מיט די באהערדע.


איי א אידישע מאמעס לעבן הענגט אויפן וואגשאל? אויב גייט מען העלפן די אומשולדיגע מאמע גייט כלל ישראל ליידן.


איך פרעג אויס דעם אינגערמאן און איך זאג עם פארצייל מיר פונקטליך וואס איז געווען די השתלשלות ענינים. ווי אזוי האט זיך עס אנגעהויבן און דערקייקעלט ביז דעם יעצטיגען מצב. לייגט ער ארויף א משפחה מיטגליד אויפן טעלעפאן און ער זאגט מיר איבער ווארט ביי ווארט וואס איך האב געהערט.


אלעס איז געווען מיט די העכסטע רעספעקט און גרעסטע מאס כבוד און דרך ארץ, און ווי די שפיטאל באהערדע האבן זיך אויפגערעגט איז געווען ווען די משפחה האט פארלאנגט זאפארטיגע וויזיטעשאן ביינאכט ווי די געזעץ און שפיטאל פאליסי פארלאנגט, און נאכן ווערן אפגעזאגט איינמאל און נאכאמאל האבן זיי פלוצים אנגעהויבן באקומען באהאלטענע מעסעדזשעס און דראונגען ליידער דורך אחב"י אז זיי מוזן יעצט אויפהערן בעטן די שפיטאל צו באקומען וויזיטעשאן רעכטן ביינאכט ווייל די שפיטאל פרעזידענט פון מאונט סיני קען נעמען נקמה אינעם פאציענט אויב זעהט ער אז די משפחה נעמט נישט איין א שטיל שווייגעניש.


און די משפחה מיטגליד פארציילט מיר מיט א געשטיקטע קול אז זיי האבן קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק און געבעטן וויזיטעשאן פאר ביינאכט, נאר נאכדעם וואס זייער מאמע איז געווארן אראפגענימען פונעם רעספירעטאר איז זי געווען שוואך און נישט געהעריג אריענטירט, און ביים ענדע פונעם טאג האט זי נישט געוואלט ארויסלאזן דאס האנט פון איר טאכטער און געבעטן אז זי זאל פארבלייבען מיט איר ביינאכט.


זייענדיג צומישט נאכן ווערן אראפ גענימען פונעם רעספירעטאר איז די געזעץ אז איינער מעג פארבלייבן מיטן פאציענט. דעמאלטס האט די משפחה אנגעהויבן בעטן די נוירסעס און געווארן אפגעזאגט. האבן זיי געשיקט אימעילס צו די באהערדע און פראבירט מיט אלע "ארגענעזאציעס" צו שתדל'ן. אבער געטאפט א טויבן אויער.


דעמאלטס האבן זיי באקומען דעם מעסעדזש פונעם "עסקן" אז זיי זאלן אויפהערן בעטן אויב ווילן זיי נישט זעהן א נקמה רעאקציע.


די משפחה האט געפרעגט זייער דעת תורה און מעדיקעל עדווייס אויף וואס צו טוען ווייטער. און נאכדעם געשיקט אן אימעיל צום שפיטאל אז עס איז א פאטענציאלע HIPPA פארלעצונג צו איבערגעבן די מעדיקעל אינפאו פאר איינעם וואס איז נישט אויטאראזירט פון די משפחה, נאכן ניצן היימישע עסקנים אלס שטעקן צו סטראשען און טעראזירען די משפחה.


די אנטווארט האט נישט געשפעטיגט צו קומען. מוצש"ק האט די שפיטאל גערופן פאליציי און ארויסגעווארפן די טעכטער פון די שפיטאל.


נאכדעם האט דער טרויעריג באקאנטער דאקטאר (נאמען געהאלטן אין רעדאקציע) סאבאטאזשירט א טרענספער פון מאונט סיני קיין קליוולאנד קליניק וואס איז שוין געווען באשטעטיגטביי מאונט סיני און אנגענומען ביי אינדערפרי קען שוין קיינער נישט


נאכדעם האט דער טרויעריג באקאנטער דאקטאר (נאמען געהאלטן אין רעדאקציע) סאבאטאזשירט א טרענספער פון מאונט סיני קיין קליוולאנד קליניק וואס איז שוין געווען באשטעטיגט ביי מאונט סיני און אנגענומען ביי קליוולאנד קליניק, שוין ווארטענדיג פאר א בעט צו ווערן פריי.


און זינט דעם מאנטאג אינדערפרי קען שוין קיינער נישט אריינגיין צום פאציענט און די WellTab איז פארמאכט. די מוטער קען ליידער נישט הערן אדער שפירן אז איר געטרייע משפחה ארבעט אויף אלע פראנטן איר צו קענען קומען וויזיטען. א מעדיצינישע תפיסה!


נאכן הערן פונקטליך אלע דעטאלן. און ליינענדיג די אימעילס האב איך אפגעטייפט דעם געשיכטע און ארויפגעלייגט אויף לינקד-אין א סאציאלן פלאטפארמע ווי ביזנעסלייט און דאקטוירים געפונען זיך אויף. די חברי מערכת האבן תיכף זיך ארויפגעשארט דעם ארבל און געשיקט ווייטער. די רעשט איז היסטאריע. די וועלט איז געווארן דערציטערט פון די עוולה וואס ווערט באגאנגען פאר א היימישע מאמע. און אמתע עסקנים וואס זענען דא פאר יעדן יחיד האבן זיך אריינגעלייגט אינעם קעיס.


עס איז א שווערע געראנגעל, ווייל די פרעזידענט פון מאונט סיני איז גאר א גרויסע בעל גאווה אבער מיט אידישע תפילות און די ריכטיגע השתדלות האפט מען צו הערן בקרוב גינסטיגע נייעס.

Report Page