היפּנאטיזם

היפּנאטיזם

פינחס גלויבער


באקענט זיך מיט'ן מיטל וואס ווערט גענוצט צו מאכן מענטשן טאנצן און שוויצן, אויסצורייסן שלעכטע און שעדליכע געוואוינהייט, און וואס גיט אונז א ווינק איבער גלגולים


"היפּנאָטיזם" איז א באגריף פון וואס פילע לייענערס האבן מסתמא שוין געהערט. היפּנאטיזם באדייט אז א מענטש קען דורך א געוויסן פּראצעדור פולשטענדיג איבערנעמען קאנטראל איבער א צווייטן, און דער דאזיגער צווייטער וועט בלינדערהייט אויספאלגן אלע געגעבענע באפעלן.

ווען א מענטש ווערט היפּנאטיזירט, קען ער זיין דער רואיגסטער און נארמאלסטער מענטש אויף דער וועלט, אבער וועט אויף דעם היפּנאטיזירער'ס באפעל זיך נעמען קרייען ווי א האן און טאנצן ווי א היישעריק, באגלייט דערצו פון מאדנע גרימאסן אויפ'ן פּנים – און דאס אלעס, פאר אן אוידיענץ פון טויזנטער מענטשן. דער היפּנאטיזירער וועט זיין דעם קרבן זיינעם זאגן אז ער טרינקט יעצט א קאכעדיג-הייסע קאווע, און יענער וועט זיך כאפּן ביי דער צונג ווי נאך אן אמת'ן ברי. ער קען אייך זאגן אז די צונג איז אייך שרעקליך אויפגעשוואלן, און איר וועט פּלוצלונג נישט קענען ארויסזאגן קיין קלאר ווארט פון מויל; די צונג לאזט זיך דאך נישט באוועגן ווי געהעריג צוליב איר אויסערגעווענליכער גרויס... ער קען אייך אין א שבעה-עשר-בתמוז נאכמיטאג איבערצייגן אז עס איז יעצט גאר חנוכה-צייט אויפדערנאכט, און איר געפינט זיך אין סיביר, ערגעץ-וואו צווישן צווישן פּוסטע אייז-פעלזן – און איר וועט אויף דער מינוט זיך נעמען ווארפן פאר קעלט און אנרייבן די הענט איינע אין דער אנדערער, בכדי זיך עטוואס צו דערווארעמען פונעם אומגעהויערן פראסט.

בקיצור: דער היפּנאטיזירער נעמט אויף דעם היפּנאטיזירטן גענצליך איבער דעם קאנטראל און ער קען מיט אים טאן ווי אים געפעלט.

דער אמת איז, אז ביז א געוויסער מאס קענען מיר פון זיך אליין פילן היפּנאטיזם. ווען עמיצער זיצט רואיג איינער אליין אין א שטוב, אן קיין גערודער פון דרויסן, און ליינט א העכסט-שפּאנענדע דערציילונג, קען זיך אים נאך א שטיק צייט דוכטן אז ער געפינט זיך לעבעדיג אין דער געשיכטע פונעם ביכל. ער לעבט מיט אלעס וואס שפּילט זיך דארט אפּ. די נערוון ווערן אים העכסט-געשפּאנט ווען ער זעט ווי דער ברייטביינערדיגער וולאַדימיר גייט שטיל אויף די שפּיץ פינגער אונטער חיימ'ען מיט אן אנגעלאדענעם רעוואלווער אין דער האנט, און ער אטעמט פריי אפּ ווען חיים איז ארויסגעגאנגען פון דעם פינסטערן געסל, צו א באלויכטענעם ארט וואו מענטשן דרייען זיך.

אין אזא פאל ווערט דער לייענער באהערשט פון זיין פאנטאזיע. אין דער רעאליסטישער וועלט זיצט ער איצט טאקע העכסט-רואיג אויף א באקוועמען בענקל און לייענט א מעשה-ביכל. אויב דאס ביכל איז אבער גוט אהערגעשטעלט און שילדערט די סצענעס מיט לעבעדיגע פארבן, פירט עס דעם לייענער ביסלעכווייז צו פארגעסן פונעם גאנצן ארום און קאנצענטרירן די מחשבה איבער דעם געלייענטן. אין פאנטאזיע מאלן זיך דערביי אויס די בילדער פון דער דערציילונג; ביז א קורצער צייט איז ער אינגאנצן איבערגענומען פון זיין פאנטאזיע, און די איינציגע זאך וואס עקזיסטירט פאר אים איז בלויז זיין מחשבה – וואס איז יעצט קאנצענטרירט איבער דער געשיכטע וואס פאר אים.

מען קען אפילו זען מיט די אויגן ווי דער לייענער איז אינגאנצן אויסגעטאן פון דער געגנווארט אין געפינט זיך מיט אלע חושים אין דער דערציילונג. מען קען באמערקן ווי יענער מאכט גרימאסן פון טרויער און פרייד; טיילמאל, ביי א שפּאנענדער מאמענט, קען יענער אזש אונטערשפּרינגען פון בענקל פאר אויפרעגונג.

מען דארף אבער באמת נישט צוקומען צו א מעשה-ביכל. א סך מאל איז גענוג אז א מענטש זאל זיצן אליין רואיג פאר זיך, און קאנצענטרירן זיינע געדאנקען אויף א געוויסער געשעעניש, אז זיין גאנצער וועזן זאל זיין פארנומען בלויז מיט דעם, און ער זאל פארגעסן פונעם גאנצן ארום. ווען עמיצער וועט אין אזא פאל שטילערהייט אריינשפּאצירן אין צימער און דעם פארטראכטן אנרופן ביים נאמען, וועט זיך יענער אויפכאפּן מיט שרעק. דאס קומט פון דער זעלבער זאך, ווייל ער געפינט זיך איצט נישט דא, נאר דארט וואו זיין מחשבה איז איצט אויף דער מינוט.

א היפּנאטיזירטער געפינט זיך אינעם זעלבן צושטאנד ווי א מענטש אויף דער גרעניץ צווישן שלאפן און וואַך. מען שפּירט עס טיילמאל ווען מען האלט זיך אינמיטן דערוועקן אינדערפרי, אז דער באוואוסטזיין איז נאך ביים חלום פון אינמיטן שלאף און אין דער זעלבער צייט כאפּט מען אויך אויף אביסל פון וואס עס טוט זיך ארום זיך. דער היפּנאטיזירטער איז אויך נישט גענצליך אין עולם הדמיון. ער ווייסט און זעט וואס עס קומט פאר ארום זיך. אבער גלייכצייטיג איז זיין מוח פארנעפּלט און אומקלאר, און ער פירט זיך אויף ווי עמיצער וואס טראכט נישט קיין צוויי מאל איידער ער טוט עפּעס. אין דער גמרא ווערט דער דאזיגער צושטאנד באצייכנט ווי "מתנמנם" – ער דרימלט. און די גמרא דערקלערט, "היכא דמי מתנמנם?" וואס איז טייטש געדרימלט? און ענטפערט, "נים ולא נים, תּיר ולא תּיר." ד"ה, ער שלאפט און שלאפט נישט; ער איז וואַך און נישט וואַך. פּשט פון די ווערטער איז, ווי דערקלערט. מען קען נישט זאגן אז דער מענטש איז געהעריג וואַך; מען קען אבער אין דער זעלבער צייט נישט זאגן אז ער שלאפט. ער איז ערגעץ-וואו אינדערצווישן – בין השמשות...

שפּעטער וועלן מיר ערקלערן וואס עס פּאסירט מיט'ן מענטש אין אזא פאל. אבער דאס איז מער-ווייניגער וואס עס שפּילט זיך אפּ ביי היפּנאטיזם. דער היפּנאטיזירער פירט אריין דעם מענטש אין א צושטאנד וואס לאזט אים נישט לעבן און טראכטן מיט און פון דער געגנווארט, און אזוי ארום קאנטראלירט ער זיין קרבן פולשטענדיג. ווען דער היפּנאטיזירער דערציילט אים אז די צונג איז אים אויפגעשוואלן, וועט יענער באמת שפּירן אז זיי צונג איז פיל גרעסער ווי נארמאל. דאס זעלבע וועט ער קענען זאגן פאר דעם מענטש אז ער ווארפט זיך יעצט פאר פּחד, און יענער וועט באמת נעמען ציטערן. דאס קומט צוליב דעם, ווייל דער מענטש לעבט נישט און טראכט נישט יעצט פון דעם מציאות אין וואס ער געפינט זיך. אלעס וואס זיין מוח ווייסט איצט, איז בלויז דאס וואס דער היפּנאטיזירער דערציילט אים.

מען דארף דערביי אבער געדענקען, אז דער קרבן מוז מסכים זיין צו טאן וואס דער היפּנאטיזירער פארלאנגט פון אים. די מעשה איז נאר, אז דער מענטש ווערט מורא'דיג באאיינפלוסט פון אלעם וואס דער היפּנאטיזירער זאגט אים. אויב אבער זאל דער מענטש דעמאלט, בשעת מעשה, אפּמאכן ביי זיך אז וויל נישט פאלגן דעם היפּנאטיזירער, דאן וועט אים יענער זיכער נישט קענען צווינגען אויסצופאלגן זיינע דיקטאטן. אין אנדערע ווערטער: דער היפּנאטיזירער ווערט נישט בעל הבית אויפ'ן מענטש, נאר ענדערש אז דער היפּנאטיזירטער מענטש איז פון זיין אייגענעם ווילן גרייט צו טאן אלעס וואס זיין היפּנאטיזירער זאל אים נאר הייסן.

וויסנשאפטלער האבן נאכנישט קיין זיכערן ענטפער איבער דעם, גענוי וויאזוי א היפּנאטיזירער באווייזט דעם קונץ. זיי ווייסן טאקע וויאזוי דער פּראצעדור פון היפּנאטיזירן א מענטש ארבעט, אבער נישט פּינקטליך וואס שפּילט זיך דערביי אפּ מיט'ן מענטש, אז ער ווערט אזוי מאדנע נשתנה.

די סיבה פון דער אומקלארקייט איז, ווייל די וויסנשאפטלער האלטן נאך זייער, זייער ווייט פון פולשטענדיג פארשטיין דעם מוח. דער מוח איז איינע פון די וואונדערליכסטע און קאמפּליצירסטע ווערק אין דעם באשעפער'ס בריאה. און וויבאלד זיי ווייסן נישט גענוי וואס אין מוח טוט זיך אפּ אין אלגעמיין, קענען זיי במילא נישט דערקלערן וואס טוישט זיך דארט ביי א היפּנאטיזם-פּראצעס.

פּסיכאלאגן האבן אבער נאך לאנגע אבסערוואציעס און שטודיעס יא באוויזן צוזאמשטעלן א שטיקל הסבר. זיי זאגן, אז דער היפּנאטיזירער קריכט אריין אין דעם "הינטערן-באוואוסטזיין" חלק פונעם מוח, און דורך דארט קאנטראלירט ער דעם מענטש.

כדי דאס צו קענען בעסער פארשטיין, וועלן מיר צוערשט מוזן דערקלערן דעם באדייט פון הינטערן-באוואוסטזיין.

נארמאלערווייז אין טאג-טעגליכן לעבן באניצט זיך דער מענטש מיט זיין באוואוסטזיין, דורך וועלכן ער טראכט וואס ער האט איצט צו טאן, געדענקט וואו ער האט געלייגט זיין טלית אין ביהמ"ד, דערמאנט זיך וואו ער האט פארפּאקט זיינע שליסלען, רעכנט-אויס חשבונות, אא"וו, אלע זאכן צו וואס מען ניצט דעם קאפּ. דער הינטערן-באוואוסטזיין פונעם מוח איז, ווי דער נאמען דערציילט עס שוין: ס'איז עפּעס וואס הינטער דעם געווענליכן באוואוסטזיין. עס טראכט און מאכט הונדערטער חשבונות אויף יעדן ריר, אן דעם וואס דער מענטש זאל עס אפילו באמערקן. יעדעס מאל ווען דער מענטש דארף דורכטראכטן עפּעס און מאכן באשלוס, מישט זיך דורך אינעם הינטערן-באוואוסטזיין הונדערטער חשבונות, וואס ווערן דאן אריבערגעפירט צום געהעריגן באוואוסטזיין, און לויט דעם ציט דער מענטש א מסקנא.

למשל. ווען עמיצער קומט אריין צו א צווייטן אינדערהיים און ער וויל עפּעס טרינקען. ער ווייסט נישט וואו די גלעזער געפינען זיך, אבער ער וועט עס אויף קיין פאל נישט גיין זוכן אין קינדער-שטוב צווישן די וועש. פון וואו ווייסט ער אז גלעזלעך דארפן זיך געפינען אין קאך, כאטש קיינער האט עס אים נישט דערציילט? דער ענטפער איז פּשוט: ער "געדענקט" אז ביי זיין פאטער אינדערהיים, ווי אויך אין אלע אנדערע הייזער וואס ער האט באזוכט – און אויף ווי ווייט ער ווייסט איז איבעראל אזוי – האבן זיך די גלעזלעך געפינען אין קאך. איז דאך גאנץ זיכער, אז דאס דאזיגע הויז איז נישט קיין אויסנאם. ווען דער זעלבער מענטש זאל געבוירן און אויפוואקסן אויף א פּוסטן אינזל, און מען וועט אים איין שיינעם טאג אפּנעמען פון דארט און אריינפירן צו עמיצן אין הויז, וועט ער טאקע באמת נישט אנהויבן צו וויסן וואו די גלעזלעך געפינען זיך, און איר האט שטארקע שאנסן אז ער זאל זיך נעמען נישטערן אין וואש-מאשין.

דער מענטש כאפּט זיך נישט אז אין דער מינוט וואס ער האט אפּגעמאכט אז ער גייט זיך זוכן א גלעזל, זענען אים אין מוח באלד דורכגעלאפן די אלע זכרונות און חשבונות. דאס איז אבער וואס פּאסירט למעשה.

נאך א ביישפּיל, ביים טרייבן אן אויטא. אז איר וועט צוריקטראכטן צו דער צייט ווען איר האט זיך געלערנט דרייווען, וועט איר זיך דערמאנען אז איר זענען געשטאנען עטליכע מינוט איידער איר האט זיך איינגעדרייט ביי א קרייץ-פּונקט ("אינטערסעקשאן"). איר האט זיך גוט אומגעקוקט כאטש פינף מאל אויף ביידע זייטן צו זען אויב א קאר קומט נישט צופארן. און אויב האט איר באמערקט א קאר, אפילו עס איז געווען נאך צוואנציג צי דרייסיג פיס ווייט פון אייך, האט איר צוגעווארט און געלאזט יענעם פארן איידער איר האט זיך איינגעדרייט. היינט-צו-טאג וועט איר נישט מער ווי געבן א בליק רעכטס און לינקס, און אפילו א קאר וועט זיין בלויז צען פיס פון אייך, וועט איר נישט טראכטן צוויי מאל נאר זיך באלד איינדרייען.

פארוואס איז עס אזוי? דער ענטפער איז גענוי ווי פריער. ביים אנהויב האט איר נאכנישט געוואוסט גענוי די שנעלקייט און נאענטקייט פון אייער קאר ביז דעם אנדערן. אויך האט איר זיך נישט געקענט געהעריג קאנצענטרירן אויף ביידע זייטן און זיין רואיג ביי זיך אז קיינער קומט נישט צופארן. איצט ווען איר ווילט מאכן דעם זעלבן דריי פון דעמאלט, וועט איר זיך נישט שטעלן חשבונ'ען צי ס'איז איצט זיכער זיך איינצודרייען, ווייל אייער הינטערן-באוואוסטזיין רעכנט דאס אויס פאר אייך אן דעם וואס איר זאלט עס באמערקן. אין אנהויב ווען איר האט זיך נאך געשטעלט מאכן די אלע חשבונות האט איר זיי גלייכצייטיג אריינגעפיטערט אינעם הינטערן-באוואוסטזיין; איצט טוט זי די ארבעט פאר אייך אן מודיע זיין דערוועגן.

דאס איז אויך די סיבה פארוואס א מענטש קען נישט דרייווען אונטער'ן אלקאהאל-איינפלוס. דער גאנצער מוח איז אים דעמאלט פארנעפּלט און אפילו די העכסט-פּשוט'ע אינפארמאציע און חשבונות וואס מען שטעלט זיך נישט רעכענען, נאר דער מוח פירט עס אליין אויס, באקומט ער נישט און דערפאר איז ער עלול צו מאכן ממש קינדערישע גרייזן.

נארמאל דורכ'ן טאג איז דער געווענליכער באוואוסטזיין אקטיוו. ער רעכנט און טראכט, און דער הינטערן-באוואוסטזיין ארבעט אויס די פּרטים הינטער-די-קוליסן. ביינאכט, אבער, ביים שלאפן, איז דער געהעריגער באוואוסטזיין "פארגליווערט" און דער הינטערן-באוואוסטזיין נעמט-איבער דעם קאנטראל איבער דער מחשבה. דערפאר קען מען נישט קאנטראלירן די חלומות, כאטש זיי זענען אין פאקט נישט מער ווי פרוכט פון מענטש'נס פאנטאזיע. די חלומות ווערן קאארדינירט דורך דעם הינטערן-באוואוסטזיין.

פּסיכאטארן ווילן זאגן, אז ביי א צושטאנד פון אויסטערלישער רואיגקייט און שטרענגער קאנצענטראציע שפּילט זיך אינעם מוח די זעלבע זאך, אז דער הינטערן-באוואוסטזיין נעמט-איבער קאנטראל אויפ'ן מענטש. דער געהעריגער באוואוסטזיין פונקציאנירט ווייטער ווי פריער: דער מענטש ווייסט, שפּירט און זעט אלעס וואס קומט פאר מיט און ארום אים; עס טרעט אבער אפּ דעם אויבנאן פאר'ן הינטערן-באוואוסטזיין.

אין קורצן קען מען עס דעפינירן מיט א ווארט, אז דער היפּנאטיזירער עפנט א שפּארע אריין טיף אין מוח, און טוט דארט ווי זיין הארץ באגערט.

די דאזיגע טעאריע איז ברייט אנגענומען געווארן, ווייל זי דערקלערט די מאדנע אויפפירונג פון היפּנאטיזירטע מענטשן, אז אויפ'ן פארלאנג פון זיין היפּנאטיזירער קען ער זיך אויפפירן ממש ווי א צוויי-יעריג קינד.

די סיבה פארוואס אונטער נארמאלע אומשטענדן האלטן זיך מענטשן צוריק פון טאן א סך זאכן איז, ווייל ער מאכט זיך פארשידענע חשבונות – דירעקטע און אומדירעקטע – וועלכע ראטן אים אז ער זאל דאס נישט טאן, צי ווייל עס פּאסט נישט, צי ווייל עס קען אים ברענגען שאדן, צי ווייל ער וועט גארנישט האבן דערפון, אא"וו.

די חושים פון פאנטאזירן און דער דראנג און ווילן פון טאן, אויפטאן, זיין אקטיוו, געפינען זיך אינעם הינטערן-באוואוסטזיין פונעם מוח. דער חוש שטופּט א סך מאל דעם מענטש צו טאן געוויסע זאכן, אבער מען וועט זיך אפּהאלטן דערפון, ווי פריערדערמאנט, ווייל דער מוח זאגט אים אונטער אז עס פּאסט נישט, ס'איז נישט שיין, איך קען נישט, יענער וועט קרומען, אין וועל אויסזען ווי א חוזק, אא"וו.

אין היפּנאטיזם, קאמוניקירט דער היפּנאטיזירער מיט'ן מענטש אויסשליסליך דורך דעם הינטערן-באוואוסטזיין. דערפאר וועט דער מענטש טאן פארשידענע מאדנע זאכן און אויספירן ווילדע שטיקעס, ווייל דער באוואוסטזיין איז נישט געהעריג אקטיוו, אז מען זאל קענען מאכן די געווענליכע חשבונות וואס זאלן אים אפּרעדן פון טאן די אלע זאכן, אדער איבערצייגן אז די ווערטער פונעם היפּנאטיזירער שטימען פּשוט נישט מיט'ן מציאות.

דער הינטערן-באוואוסטזיין פארמאגט זיך אויך זיין אייגן מאס פארשטאנד, און דער היפּנאטיזירער וועט דערפאר נישט איינגיין אויף אלעם וואס מען וועט אים דיקטירן.

דער הינטערן-באוואוסטזיין איז אויך דער חלק אין מוח וואו עס זענען קווארטירט די געפילן, גייסטיגע חושים און עמאציעס. וויבאלד דער היפּנאטיזירער האט דירעקטן צוטריט אהין, קען ער מיט זיי זיך ארומשפּילן לויט זיין באגער. ער קען מאכן זיין קרבן זאל שפּירן צופרידנהייט, פרייד, טרויער, אומעטיגקייט, סאטיספאקציע; ער קען אים "איבערצייגן" אז ס'איז יעצט ביטער-קאלט, הייס, פייכט, טרוקן, אא"וו.

דאס איז אן אנגענומענע טעאריע, באזירט אויף פּסיכעאלאגישע ארגומענטן, מיט וואס כמעט אלע וויסנשאפטלער זענען איינשטימיג, ווייל עס לייגט זיך זייער אויפ'ן שכל. די טעאריע שטיצט זיך אבער גלייכצייטיג אויך אויף פּשוט'ע פיזישע באווייזן.

אין אלגעמיין, האבן פארשער נישט געפונען קיין גרויסע טוישונגען אינעם קערפּערליכן סיסטעם פון היפּנאטיזירטע מענטשן אנדערש ווי געווענליך. דער איינציגער טויש וואס קומט פאר איז נאר, אז דאס הארץ און אטעם-סיסטעם פארלאנגזאמען זיך אביסל. אבער דאס קומט נישט אלס רעזולטאט פונעם ווערן היפּנאטיזירט, נאר פּשוט ווייל דעמאלט איז דער מענטש רואיג און געלאסן פּונקט ווי ביים שלאפן, און אויך דעמאלט קלאפּט דאס הארץ שטאטער.

אין מוח זעלבסט האבן אבער וויסנשאפטלער באמערקט דראסטישע ענדערונגען ביי א היפּנאטיזירטן מענטש. לאמיר עס ערקלערן מער פּינקטליך.

אינעם מוח איז פאראן א מציאות פון "עלעקטערישע כוואליעס". עס איז פאראן א ספּעציעלע מאשין וואס כאפּט-אויף די-דאזיגע כוואליעס. די מאשין הייסט "אי-אי-דזשי". עס זענען פאראן עטליכערליי מוח-כוואליעס פאר די פארשידנערליי פונקציעס וואס דער מוח פירט דורך. די מוח-כוואליעס פון יעדער פונקציע זעלבסט זענען אויך נישט שטענדיג איינהייטליך. צום ביישפּיל, ווען א מענטש איז פולקאם דערוואכט און טעטיג, זענען יענע סארט מוח-כוואליעס קורצער ווי ווען ער זיצט געלאסן אויף איין פּלאץ. דאס זעלבע, ווען א מענטש כאפּט א לייכטן דרימל און זיינע חלומות וואנדערן לייכט ארום אין עולם הפאנטאזיע, זענען יענע מוח-כוואליעס לענגער ווי ווען ער איז פארזינקען אין א טיפן שלאף.

שטודיעס וואס זענען דורכגעפירט געווארן אויף היפּנאטיזירטע מענטשן האבן געוויזן, אז די מוח-כוואליעס פון שלאפן און חלומ'ען זענען געווען אקטיווער ווי נארמאל, און די מוח-כוואליעס פון זיין וואך און אקטיוו האבן נאכגעלאזט פון זייער געווענליכער אקטיוויטעט. דאס באפעסטיגט אויף א גרויסער מאס די טעאריע, אז ביי היפּנאטיזם נעמט דער הינטערן-באוואוסטזיין, וואס איז טעטיג ביים שלאפן, איבער דעם אויבנאן-פּלאץ פונעם געווענליכן באוואוסטזיין – וואס איז נארמאלערווייז אקטיוו ווען דער מענטש איז וואך.

שטודיעס האבן באקרעפטיגט די טעאריע מיט נאך אנדערע באווייזן פונעם מוח'ס אקטיוויטעטן.

כדי דאס צו פארשטיין דארף מען וויסן, אז דער מוח איז איינגעטיילט אין עטליכע אפּטיילונגען. די לינקע זייט פונעם מוח דינט ווי די "לאגישע" אפּטיילונג; דארט ווערן געמאכט החלטות, דארט ציט דער מענטש מסקנות, אד"ג. אין דער רעכטער זייט ווערן אויסגעפירט די פונקציעס פון פאנטאזיע, שעפערישקייט, אד"ג. האבן די פארשערס באמערקט, אז ביי א היפּנאטיזם-פּראצעס דערקענט זיך א רעדוקציע אין אקטיוויטעט ביי דער לינקער זייט פונעם מוח, בעת די רעכטע זייט ווערט היבש "אויפגעלעבט". דאס קומט אויך אנדייטן אז ווען היפּנאטיזירט זענען די חושים פון פאנטאזיע און פרייע טראכטן מער טעטיג ווי די טרוקן-לאגישע חושים.

*

כדי א מענטש זאל קענען היפּנאטיזירט ווערן, פארלאנגען זיך אין פאראויס עטליכע תנאים.

·               ער דארף מסכים זיין צו ווערן היפּנאטיזירט.

·               ער דארף גלויבן אז ער קען ווערן היפּנאטיזירט ווערן.

·               ער מוז עווענטועל שפּירן פולשטענדיג רואיג.

עס זענען פאראן מערערע מעטאדן וויאזוי צו היפּנאטיזירן עמיצן. פאלגנד איז א ליסטע פון עטליכע פּאפּולערע.

אויג-קאנצענטראציע

דער היפּנאטיזירער נעמט א געוויסן אביעקט, און באפעלט דעם היפּנאטיזירטן זיך צו קאנצענטרירן בלויז אויף דעם. בשעת מעשה רעדן ער צו יענעם מיט א שטילער און איינגענעמער שטימע, ביז ער ברענגט יענעם צו א פולשטענדיג-רואיגן צושטאנד.

דער דאזיגער מיטל איז געווען גאר פּאפּולער ביז מיט א צייט צוריק. היינט באניצט מען זיך נישט צופיל דערמיט, הויפּטזעכליך ווייל עס ארבעט נישט אויף רוב מענטשן.

"אייננעמען" מיט באפעלן

א צווייטער, מער-ווירקזאמער מעטאד איז, דורך באפאלן דעם מענטש מיט עקסטרעמע און פּלוצלינגדיגע באפעלן, ווי "הער וואס איך רעד!" "שלאף!" "רעד נישט קיין ווארט!" פארשטייט זיך אז מען דארף וויסן וואס צו זאגן, און בעיקר, וויאזוי עס צו זאגן.

אויב דער היפּנאטיזירער וועט נאכקומען אלע געפאדערטע תנאים, וועט דער מענטש שפּירן אז ער קען נישט נאכקומען די אלע פארלאנגען פונעם היפּנאטיזירער און ער וועט אונטערגעבן זיין מוח צו אים.

בארואיגן און איבערצייגן צו זיין געלאסן

דער מיטל ווערט אין מערסנטייל געניצט דורך פּסיכאטארן. מען רעדט צום מענטש מיט א שטילער, איינגענעמער און רואיגער שטימע, ביז מען ברענגט יענעם צו פולשטענדיגע רואיגקייט. דער פּראצעדור קען געדויערן א וויילע ביז עס ווירקט און ברענגט אריין דעם פּאציענט אינעם היפּנאטיזם-צושטאנד.

די צייט ווילאנג עס געדויערט אריינצופירן דעם מענטש אינעם היפּנאטיזם-צושטאנד איז נישט באשטימט. עס ווענדט זיך אינעם מענטש זעלבסט. אין אלגעמיין געדויערט עס פון צוויי מינוט ביז א האלבער שטונדע.

*

די אורזאכן פארוואס מען זאל היפּנאטיזירן און מענטשן לאזן זיך לאזן היפּנאטיזירן זענען עטליכע.

די ערשטע איז פּשוט און פּראסט פרייליך צו מאכן דעם עולם. מען נעמט א מענטש – זעלבסטפארשטענדליך מיט יענעמ'ס פולשטענדיגער הסכמה – און מען דיקטירט אים צו טאן די ווילדסטע און קוריאזסטע זאכן אויף דער וועלט. שטעלט זיך נאר פאר, אז עס זיצט אן עולם פון עטליכע טויזנט מענטשן, און עמיצער שטעלט זיך אויבנאן אויף א פּלאטפארמע און נעמט זיך שלאגן מיט אן אומזעבארן אפּאנענט. ער איז מלא כעס; די רציחה וואקסט ביי אים פון מינוט צו מינוט, און האקט און בראקט אריין אין דער לופט אויף וואס די וועלט שטייט.

אדער איינער שרייט אויס מיט התלהבות "על נטילת לולב", און הויבט מיט התרגשות אן שאקלען מיט ליידיגע הענט אויף אלע זייטן – און פארגעסט נישט דערביי זיך צו אנטשולדיגן פאר זיין שכן פון הינטן, פאר וועמען ער האט שיער אויסגעשטאכן אן אויג ביים שאקלען ריקווערטס, צו מערב זייט.

בקיצור, פּשוט כדי צו מאכן דעם עולם לעבעדיג און פרייליך. ס'איז גוטער שטאף מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן.

אן אנדערע סיבה צו פּראקטיצירן היפּנאטיזם איז כדי ארויסצורייסן פון א מענטש א געוויסע שלעכטע געוואוינהייט, ווי למשל רויכערן. דער היפּנאטיזירער וועט פּראגראמירן אינעם רויכערער'ס הינטערן-באוואוסטזיין, אז רויכערן מאכט אים אן געפערליכע קאפּ-שמערצן, ברענגט אז עס זאל אים שווינדלען פאר די אויגן, אד"ג. דער רעזולטאט וועט זיין, אז ווען דער רויכערער וועט נאר אפילו טראכטן פון נעמען א ציגארעטל, וועט ער זיך שפּירן נישט אין ארדענונג.

היפּנאטיזם פאר דעם צוועק ווערט היינט-צו-טאג פּראקטיצירט אויף א מאסשטאבליכן פארנעם. אמת, א סך מאל וועפּט עס אויס נאך א שטיק צייט און פארלירט די ווירקזאמקייט. אבער נאך דורכגיין א סעריע פון אזעלכע היפּנאטיזם-סעסיעס איז מעגליך גענצליך ארויסצורייסן די שלעכטע געוואוינהייט.

היפּנאטיזם איז אויך א גאר-פּאפּולערער מיטל מיט וואס אויסצוהיילן מענטשן פון שווערע פּסיכאלאגישע פּראבלעמען. א גוטער ביישפּיל דערצו איז א "פאָוביע". א פאוביע איז אן אומבאגרינדעטע שרעק פון א געוויסער זאך, פּלאץ, אדער מצב. פאראן מענטשן וואס האבן מורא צו פארן מיט אן עלעוועיטאר, דורך א טונעל, אויף א בריק. עס זענען פאראן אזעלכע וואס האבן מורא אריינצוגיין אין א פּלאץ אינאיינעם מיט א סך מענטשן. אזוי זענען פאראן הונדערטער פאוביעס, גרעסערע און קלענערע, וואס פּייניגן דעם מענטש וואס ליידט אויף זיי.

אין א סך פעלער אין די אורזאך פון דער פאביע אן אומאנגענעמער אדער שווערער איבערלעבעניש וואס דער מענטש האט אמאל געהאט בשייכות מיט דעם באגריף פון וואס ער שרעקט זיך. דער היפּנאטיזירער וועט אין אזא פאל "דורכקוקן" דעם מענטש'נס הינטערן-באוואוסטזיין און זוכן צו דערגיין וואו דער פּראבלעם שטעקט, וואס דאן איז עס פיל גרינגער אויסצוהיילן. אויב די מורא איז אומבאגרינדעט, וועט ער פּרובירן צו איינצוטוישן דעם פּחד מיט א רואיגן געפיל כלפּי דער זאך.

ענליך דערצו איז עס ווען א מענטש פאלט פּלוצלונג אריין אין א דעפּרעסיע און ווייסט אליין נישט גענוי וואס עגבערט אים. דער היפּנאטיזירער וועט מיט אים דורכלויפן לאנג-פארלאפענע געשעענישן און פארגעסענע געשיכטעס, און דורכדעם פּרובירן צוזאמצושטעלן א בילד איבער דעם מקור פונעם פּראבלעם. איינמאל דער מקור איז דא, איז גרינגער צו היילן דעם פראבלעם.

נאכמער וואונדערליך איז די מיינונג פון פילע דאקטוירים איבער דער וועלט, אז דורך היפּנאטיזירן קען מען לינדערן די יסורים פון א קראנקען און זאגאר אויסהיילן א מענטש פון ערנסטע מחלות, ל"ע.

פאראן געוויסע וויסנשאפטלער וואס זאגן עפּעס א שטיקל הסבר דערצו. זיי טענה'ן, אז אין דער פּראצעדור פון היפּנאטיזם, קומען זיך צוזאמען דער מוח מיט דעם מענטש'נס פּשוט-פיזישער קערפּער און ווערן פארוואנדלט אין איין וועזן. אין אזא צייט, ארגומענטירן זיי, קען דער מוח "פּועל'ן" ביים קערפּער אז ער איז פולקאם געזונט! די גאנצע קרענק איז אן איינרעדעניש וואס הויבט זיך גארנישט אן. ("אן איינרעדעניש," האט די מאמע מיר געזאגט, "איז ערגער ווי א קרענק.")

ס'איז אמת? ס'זענען פאראן צדדים אויף אהין און אויף אהער. עס זענען דא מענטשן וואס זאגן אז ווען מען האט זיי היפּנאטיזירט בעת'ן נעמען "כעמאָטעראַפּי" (קיין שום איד זאל דערצו נישט דארפן אנקומען), איז עס זיי אנגעקומען פיל לייכטער און האבן געשפּירט פיל ווייניגער יסורים. אנדערע טענה'ן נאכמער, אז דורך היפּנאטיזם זענען זיי גענצליך אויסגעהיילט געווארן.

דעם אמת ווייסן מיר נישט, אבער אלס אידן קומט אן גרינגער צו גלויבן אז ס'איז מעגליך אז עפּעס ליגט דערין. מיר ווייסן אז דער קערפּער פאר זיך איז נישט מער ווי א שטיק ערד, און דאס גאנצע חיות וואס ער פארמאגט אין זיך איז בלויז צו פארדאנקען דער נשמה וואס באלעבט דעם מענטש. אויב אזוי קומט אויס, אז אלע דערשיינונגען וואס האבן סיי-וואספארא שייכות צום לעבן, זענען דירעקט אנגעבונדן אין א רוחניות'דיגן כח – וואס איז העכער אלע ערדישע באגרעניצונגען.

*

אין דער בחינה פון "מענין לענין באותו ענין" לאמיר צום שלוס אנרירן אויפ'ן שפּיץ גאפּל א מורא'דיגע דערשיינונג, וואס איז אנטדעקט געווארן אדאנק היפּנאטיזם.

עקספערטן דערציילן וועגן מערערע פאלן דורכאויס א היפּנאטיזם סעסיע, ביי וועלכער זיי האבן אויפגעברענגט ביים פאציענט אלטע זכרונות. דער היפנאטיזירטער האט גערעדט און דערציילט פון זיינע יונגע יארן, קינדער-יארן, ביז ממש די צייטן ווען ער איז געלעגן אין וויגעלע אויף דער מאמע'ס שויס, ביז'ן צייט פון זיין געבורט. און – פארגעזעצט דערציילן ווייטער! די פאציענטן האבן זיך אויפאמאל געגעבן אנדערע נעמען, געטוישט וואוין-ערטער, געביטן די אומשטענדן, און אין טייל פעלער האבן זיי זאגאר גענומען רעדן אנדערע שפּראכן. זיי האבן דערציילט וועגן פּאסירונגען פון די אלטע צייטן מיט יארן צוריק – נאך לאנג פאר זיי זענען געקומען אויף דער וועלט.

מיר אידן מאמינים בני מאמינים האבן איין-איינציגער און אמת'ער דערקלערונג אויף אזא מאדנער ערשיינונג – גלגולים. דער נפש הרוחני פון דעם מענטש דערציילט וואס זי געדענקט פון פריערדיגע גלגולים.

צי איז מעגליך אז מען האט פון הימל אנטדעקט דעם פאקט פאר די מענטשן פון דער ערד, אז זיי זאלן זיך אפּשטעלן פאר א מינוט און טראכטן פונעם תכלית וסוף?

 ווער ווייסט...


Report Page