דברה תורה כלשון בני אדם

דברה תורה כלשון בני אדם

Creative Designs

א מעשה מיט כריין

"דוב'עלע, גיי זיי-מוחל צו די גראסערי קויפן שארפע כריין" האט די מאמע למשפחת דאנציגער באפוילן פאר איר כמעט-צען יאריגע תכשיט'ל, בשעת'ן דינסטן צוויבל לכבוד יום טוב, "און מאך זיכער אז עס זאל זיין פון 'טוב-טעם', און אויב זיי האבן נישט, זאלסטו קויפן פון 'גאלדען-טעיסט'. און וואטש ווי דו קראסט!"

"אבער איך פארשטיי נישט קיין ענגליש. איך ווייס נישט וואס צו קויפן. איך קויף גארנישט!" זיין קול האט זיך געהערט אנטשלאסן.

"עס איז נישט קיין פראבלעם" האט זי אים בארואיגט, "עס שטייט אויפ'ן פושקע אזוי: “Tuv-Taam horseradish extra strong”

"און די horseradish extra strong וועט זיין אנשטאט כריין?" זיינע אויגן-ברעמען האבן זיך היבש געהויבן.

"נאופ. horseradish איז כריין."

"אין וועלכן הינזיכט?" האט ער ממש נישט פארשטאנען.

"ווייל אין ענגליש רופט מען כריין horseradish." האט זי מיט געדולד מחנך געווען איר דוב'עלע.

"און tuv-taam איז א גוי'אישע קאמפאני?" האט ער פרובירט צו מאכן סדר אינעם נעפל.

"ניין!" האט זיך די מאמע צושמייכלט: "tuv-taam איז א אידישע פירמע."

ווי א שלאנג געביסענער האט ער אויפגעשפרונגען: "אה!! זיי פארקויפן די כריין בעיקר פאר גויים צוצועסן אויף זייער געפילטע-פיש!"

"ווידער גרייזטו מיין טייער קינד. כריין איז אן אויסשליסליכע אידישע עסן."

"אלא מאי, מוז מען זאגן" האט ער געדרייט זיין פינגער ווי א ת"ח: "די בעלי-בתים פון די כריין קאמפאני זענען מאדערנישע אידן, און זיי קענען נישט קיין אידיש." - האט ער ענגילטיג באשלאסן.  'אז מ'נוצט דעם קאפ – טרעפט מען צו' האט ער זיך געקלאפט אין פלייצע פאר זיין אוקימתא.

"אויך נישט. די בעלי-בתים קענען גוט די מאמע לשון, און כריין פארקויפט מען בעיקר פאר חסיד'ישע אידן."

וכאן הבן שואל: "דעמאלס פארוואס שטייט horseradish אין ענגליש אנשטאט געהעריג כריין?!"

ענגלישע קאטשעניו

מיר אלע פרעגן די זעלבע.

פארוואס, קאמפאני, דארפסטו זיך לערנען ענגליש צו קענען שרייבן, און איך, מר. קאסטומער, ברויך זיך פלאגן עס צו לייזן? שרייב אלעס אויף אידיש און עס וועט זיך ווייטער פארקויפן. אויף מיין אחריות. פאר וועלכע צוועק פארקויפסטו הערינג און חלה מיט ענגלישע סטיקערס? ווייל דער וואס קויפט עס קען נישט קיין אידיש. אוודאי אזוי.

און לאמיר זיך באציען אויף פשוט'ע פראדוקטן ווי ברויט און מילך. פארוואס למען הפעטרישקע שטייט milk? וועלכע ארעמע גייסט קען נישט אויסליינען די ווארט מילך?! ווער?! אה, דו? ביסט דאך אן אויסנאם.

ועוד. מיר געפונען זיך אסאך אין גראסערי, און די ווערטער dagim, taanug, kemach (אנטשולדיגט אויב לאז איך איינעם אויס), פראסקענען אין פנים. די פאקט אז די נאמען איז אין לשון קודש ווייזט עס אז דיין קאסטומער-באזע איז לכה"פ א איד וואס האט א ידיעה אין אונזער הייליגער שפראך – לשון הקודש. טא פארוואס שרייבסטו נישט ארויס "גדולה", "קדם", "גפן" אדער "דבש"? (איך ווייס, איך האב נאכאמאל אויסגעלאזט דיין קאמפאני. ווארט.)

ואם תאמר: "והלוא – און אמער? וויאזוי וועלן די אמיגאוס אין גראסערי פארשטיין אידיש? וויאזוי וועלן מיר טרעפן וואו די זופ-מאנדלען ליגן? עס איז גאנץ א גוטע געדאנק טעארעטיש, אבער אין פראקטיק בין איך נישט מסכים."

נישט געדאגה'ט, נעם נישט קיין איבריגע פרעשור. אלע קאנסעקווענצן זענען גענומען געווארן אין באטראכט. דאס אויך. 

די ענטפער איז זייער פשוט. די איינגעשטעלטע גויים אין סופערמארקעט זענען אויסשליסליך געדונגען געווארן צו איינפאקן דיין שפייז און עס אפליפערן צו דיר אין שטוב. די ארבעט פון אנצייגן ווי פראדוקטן געפינען זיך, איז אן ארבעט וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף די שפאנישע מרי-נפש צוליב די איינע סיבה, אז מיר אלע פארמאגן ב"ה א רעלאטיוו-קליינע פארשטאנד אינעם שפת המדינה, (מיר פארמאגן דאך אן אייגענעם שפראך), דערפאר ברויכן מיר פרעגן די ארבעטערס. אבער אויב אלעס הייבט אן שטיין אין אידיש וועט מען שוין נישט דארפן פרעגן גארנישט פון קיינעם נישט. פינטל.

די נושא ווערט איצט מער פארפלאנטערט ווען פירמעס פון חסידישע מלבושים און שטריימלעך, מאכן זייערע אדווערטייזמענטס אויף ענגליש. מן הסתם טוען זיי דאס פשוט אויס שרעק אז טראמפ וועט חלילה נישט וויסן ווען די איינמאליגע קאליר-סעיל קומט פאר. (סוד: ער וועט טאקע נישט וויסן. א שאד.) 

האקן און בראקן

אידיש. דאס ווארט פילט אן מיט בענקשאפט און האפענונג. א קאמבינאציע וואס נאר אזא רייכע שפראך קען ארייננעמען. זי האט באגלייט דעם גלות-איד דורכאויס זיין וואנדערוועג, שפאנענדיג פון שפאניע צו תימן, פון אונגארן קיין אמעריקע, אויפנעמענדיג פאסאדזשירן - נייע ווערטער - אויפן וועג, בסבר פנים יפות.

ווערטער. פון די פארצייטישע קוטשמע - ביז די פארגעשריטענע קאמפיוטער שפירן זיך גאר היימיש אין אונזער שפראך, ווערנדיג גענוצט דורך אינג און אלט.

א שיינעם חלום האב איך.

איך שפאן אראפ וואלאבאוט און איך זעה היימישקייט. די שילדן איבער די געשעפטן זענען ליינבאר פאר יעדעם. אריינשפאצירנדיג אין בעקעריי זעה איך גלייך א אז דא פארקויפט מען חלה. ניין, נישט קיין ענגלישע challah. און געענדיגט מיט אלע ענגלישע sales. אידיש דאמינירט די גאס.

און איך וועק מיך אויף. אויסגערוהט.

בעצם קען מען אנהויבן מיטן אויסשטרעקן דאס באשולדיגונגס פינגער אין די דירעקציע פון די אינדוסטריעס, זייערע קאנסולטאטן און גראפיק-דעזיינערס.

אבער ניין, ליידער ידינו שפכו, מיר - די קאסטומער - זענען שולדיג אינעם בכיה לדורות, מיט דעם וואס מיר פארלאנגען נישט קיין ענדערונג אינעם סיסטעם וואס האלט אונז געבינדן שוין פאר לאנגע יארן, און מיר לאזן זיך פירן ווי בראקל-עוף צום שחיטה.

רבותי! לא עת לחשות, עורו ישינים משינתכם, מיר מוזן זיך אויפוועקן!

קום אריין קלאר

עס זענען פארהאן מערערע וועגן צו מעורר זיין דעם ציבור צום פראבלעם וואס פלאגט דעם געמיינדע. די ערשטע טריט אינעם גוטן ריכטונג איז די דאזיגע ארטיקל. קוק מיר נישט אן אזוי.

אבער דאס איז ווי פארשטענדליך ווייט נישט גענוג. מיר דארפן טון למעשה.

די הויפט געדאנק וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די שטארקסטע, איז, אז דעזיין ליבהאבער זאלן דעזיינען עלעגאנטע און אויג-פארכאפנדע פעקעדשינג פאר עסן, טרינקען, צו סיי וואספארא פראדוקט, אינעם אידישן שפראך. דאס קען - פארשטייט זיך - זיין, אין יעדן קאליר און סטיל, און דער שיינקייט איז, אויפצוקומען מיט זעלטענע אייגנארטיגע און ארגינעלע איידיעס, אייגענע געדאנקען און רעיונות.

נאך א גלאנץ צום פראיעקט (מיר רופן עס די געבראקס פארם איניציאטיוו). אז די אידישע ווערטער זאלן זיין ווערטער וואס מיר ניצן אין אינזער טאג-טעגליכן באניץ, אפילו דאס איז אן ענגלישער ווארט. א שטייגער ווי 'גרעיפ-דשוס' זאל מען נישט שרייבן 'טרויבן-זאפט', נאר פילייכט ענדערש ארויסשרייבן 'גרעיפ-דשוס' מיט א-ב. (די געדאנק איז נישט דא צו טוישן אונזער אידיש וואס מיר רעדן, די פונקט איז צו טוישן אז אונזערע פראדאקטן און געשעפטן זאלן אויך רעדן אונזער שפראך.)

נאכ'ן אילוסטרירן א פראפעסיאנאלער חפצא, קען מען דאס ארויסשיקן אויף די אייגענע סאציאלע-מידיא, (די העשטעג #gebroks איז רעקאמאנדירט) אדער זאל מען דאס שיקן צו איין עדמין אדער צום צווייטן עדמין אויף טעלעגראם, ווי די בעסטע קוואליטעט ארבעט וועלן געקלעבט ווערן אויף די 'קרעאטיווע-דעזיינס' טשאנעל געאייגנט פאר דעזיין צוועקן, ווי די עולם וועט דאס קענען זעהן. אויף דעם טשאנעל זענען שוין פארהאן עטליכע סעמפלס צו ווייזן וואס די געדאנק איז, ותן לחכם ויחכם עוד.

אויב ווילט איר אז אייערע דעזיינס זאלן ווערן אויסגעקלויבט, דארף עס נאכקומען די פאלגענדע תנאים:

 עס מוז זיין אריגינעלע תוכן. נאכגעמאכטע זאכן פון עכטע פירמעס זענען נישט ערלויבט.
 די מאס זאל זיין 1080 פיקסלס ביי 1080 פיקסלס, אין א jpg פארמאט, נישט קאמפרעסד דורך טעלעגראם.
בלויז איין פראדוקט פער פייל. האסט מער ווי איין געדאנק? נישט קיין פראבלעם. שיק עס אין צוויי פיילס.
מיר וועלן אייך זאגן פאר מיר שיקן עס ארויס, אבער אלעס זאל שוין זיין גרייט צו פאוסטן.
כדי ארויסצוברענגען די בעסטע אייער דעזיין, רעקאמאנדירן מיר איר זאלט נוצן mock-ups. עס זענען פארהאן אומצאליגע וועב-זייטלעך וואס גיבן דאס אוועק פאר בחינם אדער פאר א שווה פרוטה. די שרייבער פון די שורות פערזענליך נוצט yellowimages.com, אבער זיי בעטן געלט.



Report Page