אונטערן פורהאנג פון "אונטערן שטוהל"

אונטערן פורהאנג פון "אונטערן שטוהל"

MusicOnTime & The Interen Chavraya

ווייניגער ווי א חודש טיילט אפ, צום קומענדיגן חול המועד, וואו מען וועט שניידן די פירות פון די שווערע ארבעט, וואס מען האט אריינגעלייגט, גרויסע געלטער וואס מען האט אינוועסטירט, הונדערטער שעות פון איבערגיין און פראקטיצירן אלע טיילן פון דעם העכסט-דראמאטישער און אטעם פארכאפענדער שפיל, אויף וואס כלל ישראל קוקט ארויס מיט גרויס אינטערעסע און נייגער. 

אנהייב חודש כסלו די פראדאוסערס נאך חדשים פון שטודירן און פלאנירן פארענדיגן די געשיכטע

אין די צייט וואס פון הינטערן פורהאנג טוט זיך אפ א וועלט פון אקטיוויטעט און שווייס שטייט דער אודיענץ אינדערויסן און פרובירט אביסעלע צו דערשמעקן און דערטאפן וואס עס איז דא צו ערווארטן.

די אונטערן חבריא האט זיך שוין פון לאנג ערווארבן די נאמען אלס איינער וואס ווערט וואס א שפיל שפעטער אויף נאך א העכערע ניווא און סטאנדארט, און ווי די וועלט זאגט דער הימל איז די גרעניץ.

פראדאוסערס לייגן אריין צענדליגע שעות צו פארמירן די פונקטליכע געשיכטע

ס'איז פארשטענדליך אז מיר קענען נישט ארויסגעבן אונזער געשיכטע... אבער פארט לאמיר זיך באקענען אביסל מיט די תקופה וואו מיר גייען אייך אוועק פירן דעם חול המועד, אן ארט וואס איז נאך קיינמאל נישט אראפ געשפילט געווארן אין די היסטאריע פון אידישע שפילן, טראץ וואס דאס איז רייך און קאלירפול, סיי אין איר וועלטליכע היסטאריע, און א גרויס קאפיטל דערפון איז א טייל פון כלל ישראל'ס היסטאריע.

סוף חודש טבת – איינע פון די ערשטע צוזאמקומען צו ליינען די סקריפט מיט עטליכע פון די שפילערס

די רייזע צום געשיכטע דאס יאר גייט זיין גאר א לאנגע, מיר גייען צוריק מיט גאנצע פופצן-הונדערט יאר, צום ווייטן איטאליע און איר הויפטשטאט רוים. 

ר' ישראל ווייסבערג ובנו ר' יהושע יואל הייבן אן בויען די מייסטערהאפטיגע צענעס

דאס איז א סימבאל פון מאכט און רייכקייט ווי די הייליגע גמרא זאגט אונז(קידושין מט:) אז 10 קב פון רייכטום איז אראפגעקוומען אויף דער וועלט, פון דעם איז 9 געווארן צוגעטיילט צום פארצייטישן רומישן אימפועריע, און דאס צענטע איז געווארן צו טיילט איבער אלע איבעריגע לענדער. 

זייער עשירות איז באשטענען בעיקר פון רויב וואס זיי האבן גענומען נאכן איינעמוען לענדער צווישן די גערויבטע כלים וואס זיי האבן געהאט איז די הייליגע כלים פון די בית המקדש, ווי חז"ל דערציילט אונז (גיטין נו:) אז טיטוס האט איינגעוויקלט די הייליגע כלי המקדש אינעם פרוכת, עס ארויפגעשטעלט אויף א שיף און געפארן מיט דעם קיין רוים צו שטאלצירן מיט זיינע געווינסן.

ביים אונטערשרייבן קאנטראקט מיט פארוואלטונג פון די מייסטערישע NJPAC זאלן

רוים, דער הויפטשטאט פון איטאליע, האט ווארשיינליך פארמאגט די סאמע עלטסטע אידישער קהילה איבער גאנץ אייראפע אידן זענען געזעסן אין רוים אין די צייטן פון די חשמונאים, אין די שריפטן פון איינע פון די גרעסטע רומישע פאליטיקאנטן און פילאזאפן, דער רומישער מארקוס טוליוס קיקארא, זעט מען שוין איבער די אידישע געמיינדע אין שטאט, וועלכע האט געהאט אן ערנסטער ווארט איבער אלעס וואס שפיולט זיך אפ, און מען האט זיך מיט זיי אסאך גערעכנט.


אין די תקופה פון אונזער געשיכטע האט זיך דער אידישער קהלה אין רוים פארברייטערט, נאכדעם וואס פיר הונדערט יאר פריער איז די אידישע קהלה געווארן זייער גרויס אין לאנד, ליידער נישט צוליב די בעסטע סיבות, נאר אין ליכט פון דעם חורבן בית שני. 

מען פלאנירט אויס דו פונקטליכע סטעידזש אויסשטעל

א טייל פון די געפאנגענע נאכן חרבן, און פון די וואס זענען געכאפט געווארן ביים גרויסן בר כוכבא אויפשטאנד, זענען געברענגט געווארן קיים רוים, ווי עס איז פאראייביקט געווארן איר בילד אויפן שער טיטוס, וואס ליגט מיט שטאלץ איבער די גאסן פון רוים, רוים האט אין יענע תקופה באדייט גאר אסאך, ס'איז געווען א לאנד מיט אסאך געלט, פול מיט געלערנטע לייט, פילאזאף און דענקער. באזונדער האט רוים געהאט א סטרוקטור פון א לאנד אנגעפולט מיט גיבורי חיל, נאכדעם וואס זיי האבן געבויעט פילע גימאנזיום'ס צו פיעטשען און פארשטארקערן די ביינער און די מוסקלען זייענדיג די וואס האבן אריינגעלייגט קאפ און מח איבער איבונגען, צו מאכן א פעלזן פעסטע פיזישער קערפער, מיט וואס אן אלגעמיינער מאן קען זיך שווער פארמעסטן, 


בכלל איז אין רוים געבלאזן ווינטן פון דעמאקראטיע, זייענדיג דאס ערשטע לאנד וואס האט געגעבן מאכט פארן פאלק אויסצוקלויבן זייער אייגענעם פירער. דאס לאנד איז געפירט געווארן דורך א "רעפובליק" ווי זיי האבן עס גערופן, דאס איז געווען ווי דער היינטיגער סענאט, וועלכע איז באשטאנען פון ערוועלטע רעספעקטירטע "מעדזשיסראטן", וואס האבן אינאיינעם געפירט רוים און אלע אנדערע לענדער וועמען זי האט איינגענומען מיט א שטורעם. 


דאס איז געווען א סיבה פארוואס עס האבן זיך געטוישט אזוי שנעל דער קייסער פון רוים, יעדער גענעראל וואס האט געזיגט אין קריג איז געווארן דער קייסער, און ער האט געפירט דאס לאנד צוזאמען מיט די סענאט ביז דער קומענדיגער גענעראל האט געווינען א אנדערע מלחמה, און איבערגענומען די מלוכה פאר א וויילע...

א מיטינג מיט עטליכע פירמעס וואס ארבטען פאר'ן שפיל

און יא, אויך אין "פארשטעלונגען" זענען די רומיים געווען נומער איינס. דער מעכטיגער גרויסע "קאלאסיום" סטאדיום וואס שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג און איז דער גרעסטער אויפן פלאנעט, איז געווען זייער'ס א חידוש. דארט זענען זיך צוזאמען געקומען הונדערטער טויזענטער רומיים און פארוויילט זייער צייט מיט נארישע שפילעריי און הוילעריי. 


ליידער זענען אידן געפאלן קרבנות צו די ברוטאלע שפילן, ווען מען האט געפלעגט זיי אויסשטעלן אינעם קאלאסיום זיך צו פארמעסטן מיט פארציקענדע חיות, און אז דער איד האט באוויזן צו באזיגן דעם חיה, האט ער זיך געדארפט פארמעסטן מיט א געפאנצערטער שלעגער, באקאנט אלס א "גליו דעטאר" (אין חז"ל ווערט דאס אנגערופן לוּדָר). 

מען פלאנירט ווי אזוי די עקטארס זאלן אויסקוקן

די אידן זענען געווען צוקלאפט און דערנידערט אין יענע תקופה, קוים פיר הונדערט נאכן מיטמאכן דעם ביטערן צווייטן חורבן הבית, אין די צייט וואס די אלגעמיינע רומיים זענען געגאנגען מיט געהויבענע קעפ זייענדיג די גרעסטע, שטערקסטע, און מאכטפולסטע ארום די וועלט, און שטאלצירנדיג מיט זייער אימפעריע וואס שלינגט איין אונטער זיך איין מעכטיגן לאנד נאכן צווייטן, אזוי גרינג ווי איינער וואס נאשט א שאכטל מיט ניסלעך... 

מען פלאנירט ווי אזוי צו פארשטעלן די שפילערס

און אט דא עפנט זיך דער סצענע... וועלן מיר זיך זען ביים שפיל אי"ה...


For This And More Exclusive Content Join Our MusicOnTime WhatsApp Status

Https://wa.me/16465436176?text=Subscribe

...Click On The Above Link And Never Miss The Action








Report Page