Interview

Interview

Lipa Brach

חיים: שלום וברכה ר' לייביש.

שוין א לענגערע צייט וואס די פולע טעלעגראם באנוצער פראבירן צו דערגיין און דערווישן אביסל מער פון דיין אמת'ע אידענטיטעיט, אסאך אומשילדיגע סעלעבראטיס האבן שוין ליידער מיטגעמאכט פאלשע באשילדיגונגען אז זיי זענען די אנאנימער עוכר ישראל ראביי לייביש הכהן.

אפשר קענט מיטטיילן מיט די ליינער אביסל מער פון דיין אמת'ע אידענטיטי.


לייביש: א גוט ערעב חיים, קודם שכוח פארן אהער שטעלן אינטערעסאנטע חומר פארן ציבור.


ווער פינקטלעך איך בין פארשטייט זיך קען איך נישט ארויס געבן, אבער כ׳וועל פרבירן עס אראפ צילייגן אויף מער א בערך׳דיגן אויפן ״בבחינת לסבר את האוזן״.


איך בין א מענטש מיט אסאך לייף עקספיריענס, און אביסל עלטער ווי דער עולם מיינט. אין ריעל לייף האב דריי נעמען, וואס איינס דערפון איז יהודה, אבער אינאלגעמיין רופט מען מיר נישט אויף די נאמען. איך וואוין אין בארא פארק, און כ׳בין ב״ה א שיינע בעל פרנסה…


איך האב א מיסיע אז מענטשן זאלן האבן א בעסערע לעבן, און לאו דוקא צו מאכען מענטשן פארלאזן זייער רעליגע.

די רבונו של עולם האט מיר באשאנקן מיט א געוואלדיגע כוח פון שרייבן און אריין נעמען מענטשן אין די העכער ספערן בשעת׳ן ליינען מיינע ארטיקלן, אזאך וואס איך פרביר אויס צי ניצן צי די מעקס.


כלפי אומשילדיגע סעלעבערטיס וואס ווערן אפגעסטעמפלט אלץ לייביש, דאס נעמט זיך פון גאר א ״קליינע״ אבער ״שרייעדיגע״ מינארעטי וואס גלייכט שטארק צי זוכען ווי א צווייטער האט זיך וואס צו פארעכטן, בשעת וואס אויף זיך זעלבסט פארקוקן זיי אינגאנצן.🫣


חיים: כ'וויל אויסשמועסן און ארומרעדן אביסל איבער דיין טשענעל, צום ערשט פארשטייצעך; וועלכע פארדרייטע מחשבה האט דיך געשטיפט דערצו צו עפענען אזא סארט טשענעל?

לאמיר זיין אפען און רעדן ריאליטעיטיש; דאס איז איינמאל זיכער אז אונטער די ראביי לייביש הכהן שלייער זיצט א פערזאן (וואס ווי פריער געזאגט איז ער פון די עלטערע יארגענג) וואס איז א פולקאמע מאמין בה' ובתורתו, איז מיין פראגע; צוליב וועלכע סיבה האסטו געגרינדעט אזא סארט טשענעל וואס איז נישט איינשטימיג מיט דיין עכטע גלויבונג?


לייביש: אויב מעג איך דיר פארעכטן; מיינסט צו פרעגן וועלכע ״גראָדע״ מחשבה האט מיר געברענגט צו עפענען מיין לייביש טשענל, און איך זאג גראד ווייל איך מיין עס באמת גראד.


לאמיר דיר דאס פארשטיין געבן אין קורצן: די מעין-סטרים וועג וויזוי צו זאגן פאר א צווייטן אז ער טוט עפס נישט ריכטיג, איז אים ציזאגען אין פנים אריין; ערעב יוד דאס און דאס איז דיין פראבלעם. ש׳טייטזיך אבער אז אין אזא פאל ברויך מען האבען ״רחמי שמים מרובים״ אז די חבר זאל מקבל זיין וואס דו זאגסט אים, ציליב וואס נאטירליך וועט א מענטש האבן א השפעה פון איינעם וועם מען קוקט באמת ארויף, אבער אויב איז יענער סתם א מויל מאכער דאן איז נישטא עכט די כלים צו מקבל זיין יענעם׳ס מוסר וכדומה.


דאס זעלבע איז אויך געזאגט געווארן ווען איינער פארפירט אנטקעגן א כלל, ווי למשל אז א מענטש פארפירט איבער א געוויסע זאך אין די סיסטעם וואס איז קאראפטירט.

״הצד השוה שבהן״, אז מענטשן זענען שווער מקבל פון סתם איינער וואס שרייט אז סאיז דא א פראבלעם און מען ברויך זיך פארעכטן.


אנדערשט איז אבער ווען א מענטש נעמט די פראבלעם און ער מאכט דערפון א אינטערעסאנטע מעשה, דאן איז בכלל נישטא די פראבלעם אז מענטשן זאלן אים באטראכטן פון קאפ ביז פיס צו ער איז אויסגעארבט אין די ענין צו נישט, ווייל די אויפן וויזוי ער ברענגט ארויס זיין געדאנק איך בכלל נישט צו פאדערן פון קיינעם עפס, עס איז ווי ער דערציילט סתם א זאפטיגע אינטערעסאנטע מעשה וואס מענטשן ציען שטארק דערצו.

און דאס איז גענוי וואס איך טוה, איך פארצייל א געשיכטע אויף אזא אויפן אז מענטשן בעטן מיר צו הערן נאך, און נישט אז איך זאל זיך דארפן בעטן ביים עולם צו הערן וואס איך וויל מעורר זיין.


חיים: וויאזוי אקצעפטירסטו ווען דו שטויסט זיך אהן אויף טעלעגראם מיט די פולע מעסעדזשעס וואס רייסן דיך אראפ מיט די ארגסטע לשונות, דו נעמסט עס אלץ קאמפלימענט אדער גאר פארקערט?


לייביש: ווי אויבן געזאגט, די אלע וואס שרייען, זענען ממש אפאר געציילטע פארביסענע אורחים וואס אין ריעל לייף שרייען זיי אויף יעדעם וועם זיי קענען נאר, זיי מיינען בכלל נישט מיך, ממילא איז בכלל נישט דא קיין סיבה איך זאל ציקראצט ווערן...


די אמת איז אבער אז די קאמפלימענטן וואס איך באקום אין פרייוועט, און נאכדערצו פון פאפולערע פיגורן וואס זענען זיך מחיי פון מיין געלונגענע ארבעט וואס איך טוה, איז באמת טויזנט מאל מער ווי די פאר ליידיגע פישקעס וואס מאכען אסאך נויז…


אסאך ערוואקסענע גלייכן צו הערן מיין מיינונג, חיים: דו, אלץ איינער וואס איז זייער אויסגעקאכט און רעדט כסדר פון די נושא פון מערידזש, וואלט איך געוואלט וויסן דיין מיינונג איבער די פלעטבוש גירל סיטואציע.


לייביש: סאיז לעצטנס גאר שטארק באקאנט געווארן אז אין די וועלט פון ״בתי דינים״ הערשט באמת א הפקירות וואס הערשט ניטאמאל ביי א נארמאלע מאראלישע גוי! נישט אז סאיז חלילה נישט דא קיין ערליכע דיינים, נאר ליידער די אלע וואס זענען ערליך האבען ווי פארשטענדליך נישט קיין כוח זיך צו שלאגן מיט די אומאראלישע רבנים וכו׳. ממילא ברויך זיין איינער וואס זאל זיין אויף די זייט פון די ערליכע רבנים און זיי ווייזן אז ס׳איז נישטא פון וועם זיך צו דערשרעקן ווען עס קומט זיך צו פירן ״על דרך התורה והישר״.


פלעטבוש גירל טוט א געוואלדיגע ארבעט, און עס קומט זיך איר אסאך קרעדיט דערפאר.


חיים: נחזור לשמיצתינו, וועלכע סארט פון דיינע שרייבעריי גלייכסטו מער, ווען דו שרייבסט כפירה (דאס וואס דו רופסט אהן רעליגיע), אדער ווען דו שרייבסט שמיץ (דאס וואס דו רופסט אהן מערידזש)?



לייביש: מענטשן מאכן א גרויסע טעות, מיין טשענל איז בכלל נישט געבויט צו רעדן איבער רעליגע, נאר איז ליבערשט געבויט צו רעדן איבער שטותים וואס אינז האמיר געמאכט ווי כאילו דאס איז רעליגיע. איך רעד בכלל נישט אויף מיין טשענל צו סאיז יא אדער נישטא א גאט, ווי אויך צו די תורה איז מסיני.


ווידעראום דאס וואס דו פרעגסט מיר איבער שמיץ, ברויך איך קודם מסביר זיין די טערמין וואס דאס ווארט ״שמיץ״ באדייט.

למשל ווען איינער לייגט אריין טאנא אין א טעלער, וועט פאר קיינעם נישט בייפאלען אז די טעלער איז געווארן שמיציג. אבער ווען איינער לייגט ארויף טאנא אויפן טיש, דאן וועט מען יא זאגען אז די טיש איז שמיציג געווארן. פשט איז אז די ווארט ״שמיץ״ ניצט מען ווען עפס איז נישט אין די ריכטיגע פלאץ.


אלעמאל ווען איך האב דערציילט א געשיכטע, אפי ווען עס איז געווען אזא סארט וואס איז געמאכט פאר ערוואקסענע, האב איך אלעמאל געניצט דאס איידעלסטע לשון וואס שייך; לדוגמא איך האב געניץ דאס ווארט ״אות ברית קודש״ ווי איידער די צווייטע העלפט פונעם ווארט צדיק. אדער ״אותו מקום״ ווי איידער דאס ווארט וואס קומט נאך ״עדות ה׳ נאמנה מחכימת…


בכלל פרביר איך וואס ווייניגער צו דערציילן מעשיות וואס האבן אין זיך עדאלט קאנטענט אויב איז נישט דא קיין תועלת דערינען.


אונטערשטע שורה: איך גלייך צו שרייבן יעדע סארט זאך וואס א מענטש קען ארויס נעמען עפס וואס זאל אים מאכן בעסער דאס לעבן.


חיים: אלץ איינער מיט אסאך לייף עקספעריענס געב איבער פארן ציבור א מעסעדזש וואס קען זיי בייהילפיג זיין אין זייערע צייטן פון סטראגלינג.


לייביש: טוישן די בליק אויף טערעפי. און לאמיר דאס מסביר זיין:

זייער אסאך נארמאלע מענטשן סטארגלן ציליב וואס זיי האבען נישט א טראסטיבל מענטש וועם איז דא פאר זיי מיט א אפענע אויער. אין אנדערע ווערטער, מענטשן מיינען אז א טערעפיסט איז געמאכט נאר פאר איינער וואס האט גייסטישע פראבלעמען, דאס איז א גרויסע טעות!

יעדע נארמאלע מענטש וואס האלט אין זיך ווייטאג, אדער סיי וועלכע נעגעטיווע געפילן, הויפנט עס זיך שטילערהייט אן אין אים, וואס זייער אסאך מאל כאפט ער זיך דער מענטש נישט אז דאס איז אים גורם שוועריקייטן אין טאג טעגליכן לעבן. ממילא איז כדי צו האבען איינעם מיט וועם מען שפירט זיך סעיף צי דערציילן אלעס וואס ליגט אויפן הארצן.

סאיז נישט כדי אז דער מענטש זאל זיין דיין בעסטע חבר, ווייל היינט פריינט און מארגן פיינט, קענסט זיך מיט א חבר באמת נישט אויסרעכנען צי ס׳וועט קומען די טאג וואס ער וועט דיר האלטן האסטידזש מיט די אלע אינפא וואס ער האט אויף דיר. משא״כ א טערעפיסט אויב געבט ער ארויס סיי וועלכע אינפא, קען מען אים סוען, און ש׳טייטזיך פארלירן זיין לייסנס.


אונטערשטע שורה: ״דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, אל תקרי אחרים״, אלא טערעפיסט. גלייבט מיר אויפן ווארט און איר וועט מיר אייביג דאנקבאר זיין.


חיים: פיין, א גרויסן שכוח בשם אלע טעלעגראמיסטן און ליינער פארן אזוי געטריי אוועקגעבן פון דיין צייט און ארויפקומען אויפן אינטערוויו, כ'וואונטש דיר אסאך הצלחה אויף ווייטער ר' לייביש.אריין גערעכטנט פרויען און מיידלעך.

Report Page