Hhh

Hhh


גרויסע מעמדים מיט סקווירא איז נישט צו א ווייטער זאך, אין די לעצטע פאר מאנאטן אליין איז פארגעקימען עטליכע גרויסע מעמדים, ווי עס האבן זיך צוזאם געקימען טויזענטע חסידים אנשים נשים ותף אויף א ריזיגע פארנעם.

עס איז פאר יעדעם באקאנט אז די געטרייע סקווירא עסקנים מיט די נאו סקווירא ווילעדזש איינגעשטעלטע זיצן שוין וואכן פאר יעדע מעמד צו פלאנירן און אויסשטעלן יעדע פרט, אז אלעס זאל פארן כשירה, אן קיין פראבלעמען, איינע פון די עיקר זאכן וואס ווערט אויסגעפלאנט פאר יעדע מעמד איז די חלק פון סעקיארעטי, וואס די ווארט רעכנט אריין אסאך, און נעמט אויף א שיינע פלאץ ביי די פלאנירן און אויסשטעלן.

יעדער האט באמערקט אז פאר אט דעי צוועק האט לעצטנס אנהויבן דינען דא אין שטעטל די הויעך סאפיסטעקירטע קאמפעני ISSM וואס איז ספעציעל אויסשטאפירט פאר גרויסע מעמדים, און צייכענען זיך אויס מיט זייער אויסערגעווענליכע סערוועסעס.

מיר כאפן א שמיס מיט די אנפירער פון די ISSM קאמפעני וועלכע גיבט אינז איבער עטליכע דיטאלן און אינטערעסאנטע געשיכטעס.

א גיטן, מיט וועם האבן מיר די כבוד צו רעדן?

א גיטן, מיין נאמען איז שמעון שענקער, איך בין די בעל הבית פון די ISSM protective services.

לייגט אינז אראפ אויפן שפיץ גאפל ווען און וויאזוי די קאמפעני האט זיך געגרינדעט, און וואס די נאמען ISSM באדייט?

די קאמפעני איז געגרינדעט געווארן מיט בערך זעקס יאר צריק, בשעת האריקעין סענדי, איך האב געארבעט אין סיגעיט פאליס דיפארטמינט, ס'איז געווען דעמאלס צוויי נירסינג הוימ'ס אין די געגנט אינטער די וואסער, די בעל הבית האט נישט געוואלט ווערן בא'גנב'ט האט ער מיר געריפן צו איך קען אים ארויס העלפן מיט סיקיארעטי, איך האב אים דעמאלס אריבער געשיקט צוויי גארד'ס צו היטן אויף זיינע בילדינג'ס, ווען די האריקעין איז אריבער האט ער מיר געפרעגט פארווטס איך עפען נישט אויף א קליינע סיקיארעטי קאמפעני, ער האט מיר דעמאלס געזאגט אז ער וועט מיר נעמען פאר זיינע נירסינג הוימ'ס, און דארט האב איך טאקע אנגעהויבן און יעצט אאיז עס ב"ה א גרויסע פראפעשענאל קאמפעני.

און די נאמען ISSM איז די ראשי תיבות פון international safety security management.

עס זענען פארהאן עטליכע סיקיארעטי קאמפעני'ס, מיט וואס צייכנט זיך אויס אייער קאמפעני מער ווי אנדערע?

קאסטעמער סערוועס, סיקיארעטי גארד'ס נעמען אלע קאמפעני'ס די זעלבע, אינז גיבן קאסטעמער סערוויס, לאמיר רעדן פון סקווירא, עטס האט געהאט סיקיארעטי ביז יעצט און פאר א סיבה האט מען אינז גענימען, די פוינט איז נישט אז מ'שיקט אראפ גארד'ס, איך בין געווען דארט מיינע מענעדזער'ס זענען געווען, דאס טייטש סערוויס. ביי סטעדי דזאבס גיי איך נישט אראפ אבער ביי א גרויסע מסיבה אדער צוזאמקים גיי איך אליין אראפ צו די דזאב, און כ'מאך זיכער אז אלעס פארט ווי געפלאנט, ס'נישט פלעין אראפ געשיקט צוואנציג גארד'ס, אז די בעל הבית מיט די מענעדזשער איז דארט איז אלס אנדערש.

כ'גיי דיר גיבן א משל, ר' משי קאפף די דיירעקטער פון סקווירא ער דארף נישט זיין פארמישט אין יעדע זאך, אבער ער איז יא פארמישט אין יעדע זאך, פארוואס, ווייל ער זארגט זיך באמת פאר די שטעטל, און אפילו אינדרויסן פון שטעטל, ווען עס איז געווען די וויזניצע לוי' איז משי מיטגעקימען מאכן זיכער אז אלעס קלאפט און די רבי קימט אן דאס ווייזט אז ער זארגט באמת. און דאס הייסט קאסטעמער סערוויס.

אין וועלכע געגנטער סערוועסט די קאמפעני, און וואס איז די צאל פון סיקיארעטי גארד'ס און ווי אויך די צאל פון קאר'ס און טראק'ס?

מיר סערוועס'ן נאוי יארק און נאוי דזערזי,

מיר האבן זעקס הינדרעט סיקיארעטי גארד'ס, און מיר האבן איין גרויסע קאמענד סענטער, מיט נאך דריי און דרייסיג קאר'ס.

יעצט בנוגע סקווירא. ווען און וויאזוי זענט איר אנגעקימען קיין סקווירא?

מיר האבן באקימען די ערשטע ריף פון די ווילעדזש אפיס אדורך צו רעדן עטליכע סיקיארעטי פראבלעמען, און די ערשטע מאל וואס מיר זענען למעשה אראפגעקימען איז געווען די מעמד פאר די קינדער אין עטרת טשארנא וועגן די אינטערנעט, נאכדעם זענען מיר געווען ביי די אבן הפינה פאר די סקווירא מיידל סקול אויף קאלעדז ראד. דערנאך איז געווען ב' ניסן ביי די יארצייט און דערנאך ל"ג בעומר.

און מ'גייט שוין בלייבן ניצן אייער קאמפעני?

מיר האבן נישט געמאכט קיין קאנטרעקט אבער ס'קיקט אויס ווי זיי זענען צעפרידן.

וואס איז די קאמפעני'ס אויפגאבע אין שטעטל סקווירא?

די ווארט סיקיארעטי איז א ווארט וואס נעמט אריין אסאך, די קאמפעני'ס אויפגאבע אין סקווירא ווענט זיך ביי יעדע מעמד אנדערש, למשל, ביי די מעמד פאר די קינדער האבן מיר געמאכט זיכער אז נאר מענטשן מיט די איינטריט קארטל קימען אריין, ב' ניסן האבן מיר קאנטראלירט די טרעפיק מיט די מעטשן, ווען צו פארן ווי צו פארן א.א.וו.

אויף וואס זענען די סיקיארעטי גארד'ס געלערנט?

יעדע גארד האט זיין אייגענע ארבעט, אבער בדרך כלל זענען די גארד'ס געלערנט אויף פאבליק סעפטי, דאס מיינט פשט אכטונג געבן וויבאלד ס'נישט אין א פריוואטע בילדינגט, טרעפיק קאנטראל, דאס מיינט ווי און ווען די קאר'ס אויף די גאסן זאלן פארן, און ווי אויך אכטונג צו גיבן אויף די מענטשן זאלן קענען אריבערגיין די גאס פארזיכערט, וויבאלד ס'איז דא קינדער, פרויען מיט קערידזעס, עלטערע מענטשן, און ס'קען זיין א סכנה, ווי אויך דארף מען האבן מענטשן וואס פארשטייען וויאזוי צו קאנרעלירן הינדריטע מענטשן נעבן די בית מדרש, ווען עס ענדיגט זיך א גרויסע טיש צו מעמד, און עס ליידיגט זיך אויס אויף איין מאל, ווען עס הייבט זיך אן איז גרינגער, דער קימט פריער דער קימט שפעטער, אבער צום סוף ווען עס ענדיגט זיך, נעמט נישט קיין צען מניט און אלעס איז ליידיג.

דערנאך זענען זיי געלערנט אויף טרעפיק דיירעקשן, ווי זיי דארפן האלטן קאפ, ווי צו ריקן וועם, ווי ס'איז ביזי, אכטונג גיבן ס'זאל נישט ווערן אנגעלייגט, למשל נאך ב' ניסן טיש האבן אויף איינמאל אנגעהויבן ארויספארן 300 קאר'ס מיר נישט געווילט ס'זאל ווערן אנגעלייגט אבן מיר ארויפגעשיקט עטליכע גארד'ס צו קארנער וואשינגטאן און ראוט 45 און מיר האבן אפגעשטעלט ראוט 45 פאר 5 מניט ס'איז געווען 12:00 באנאכט ס'איז געווען כמעט ליידיג און מ'האט ארויסגעריקט אפאר הינדרעט קאר'ס פון שטעטל, פארדעם האט מען געדארפט האבן א מענטש וואס פארשטייט צו טרעפיק דיירעשן.

דערנאך האבן מיר מענטשן וואס זענען געלערנט פאר קראויד קאנטראל, דאס איז ווען עס איז דא א שטיפעניש, מיר האבן גארד'ס וואס זענען געלערנט פאר פערס"ט עי"ד, וואס ווייסן וויאזוי צו באהאנדלען פארוואנדעטע ביז הצלה קימט אן.

מיר האבן געזען ביי די גרעסערע מעמדים אין שטעטל איז געווען א גרויסע קאמענד סענטער אויבן די שטעטל, וואס טיט זיך אינעווייניג, און פארוואס דארף מען דאס האבן?

אקעי, די תירץ איז זייער פארשטענדליך, ערשטענס, אז די האסט צענדליגע גארד'ס דארסטי האבן פון ווי זיי צו ארויסשיקן, און פון ווי זיי צו פאטראלירן, ווען די קימטס אן צו א גרויסע מעמד מיט דרייסיג גארד'ס קענסטי זיי נישט הייסן אנקימען ליידיג, יעדער דארף האבן א ראדיאו א פלעשלייט, מיט א אראנדזע לייט צו קאנטראלירן די טרעפיק, א סיקיארעטי וועסט, און אזוי ווייטער.

צווייטענס, די קאמענד סענטער שטייט גרייט אנהייב שטעטל און אויב מאכט זיך מענטשן האבן א פראבלעים מיט א גארד צו מיט סיי וואס, צו וועם גייט ער?! משי קאפף איז ביזי די מעיער איז ביזי, ס'דאך אינמיטן א מעמד, ווייסט ער אז עס איז דא א קאמענד סענטער אויף 1 וואשינגטאן עוו. ווי מ'קען זיך ווענדן, און זאכן ווערן ב"ה מסודר איינס צוויי, נאך א זאך אויב זאכן ווערן צובראכן, צו די מצב ווערט צופארן און די גארד'ס ווייסן נישט וואס מ'טיט, האסטי גלייך איינער וואס איז דארט צו מסדר זיין, און דאס איז אויך א חלק פון די קאסטעמער סערוויס וואס כ'האב פריער געזאגט.

און אינעווייניג זענען מיר אויסשטעפירט ווי א געהעריגע אפיס מיט קאמפיאטער'ס קעמערעס אונדרויסן וואס קיקט אויפן געגנט ארום אויף אלע זייטן פון די טראק, מיר האבן פינעף דעסק'ס פאר דיספעטשער'ס, א ביה"כ און א קאנפרענס ראם.

און די קאמענד סענטער איז אויך דא די רעדיאו סיסטעם פון סקווירא סעקיארעטי סיסטעם, און זיי האבן איינס פון אינזערע רעידיאו'ס, אזוי קען מיר ביידע ארבעטען צוזאמען, ווי עס קען העלפן למשל אויב איינער ריפט אריין די סקווירא אפיס מיט א קאמפלעין, קענען מיר גרינג ריספאנדן און מסדר זיין די פראבלעים אז מיר האבן א קלארע קאנעקשן מיט די סקווירא קאמענד און מיר הערן וואס דארט גייט פאר.

און ס'איז דא טאקע פינעף דיספעטשער'ס דארט?

ביי יעדע איווענט אנדערש למשל און סקווירא האבן מיר דריי דיספעטשער'ס וואס קאנטראלירן די גאנצע מעמד, אנדערע פלעצער האבן מיר מער צו ווייניגער.

וואס זעט איר אנדערש אין סקווירא ווי אלע אייערע דזאב'ס בנוגע סיקיארעטי?

כ'וועל דיר זאגן וואס איך בין שטארק איבערגענומען געווארן די ארגענעזירטקייט, איך האב שוין געטון אסאך איווענט'ס, איך האב נאכנישט געזען א פלאץ וואס איז אזוי ארגענעזירט.

צווייטנס איז ריספעקט, די מענטשן אין סקווירא האבן שטארקע ריספעקט פאר פאבלעק סעיפטי גארד'ס, איך זאג נישט אז איך האב נישט געהאט קיין פראלעמען מיט קיין מענטשן, אבער די מענטשן וואס האבן געהאט טענות, זענען געווען געסט, פון די סקווירא איינוואוינער האט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם נאר פארקערט, געגעבן כבוד פאר די גארד'ס און פארשטייט זיך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען, און כ'האב אפי' צריק געהערט פון די גארד'ס אז אין סקווירא זענען די מענטשן ריספעקטפול און פאלגן וואס מ'הייסט, און כ'רעד פון גארד'ס וואס האבן שוין געטון אסאך אנדערע איווענט'ס, זיי זענען געווען זייער צופרידן צו ארבעטן דארט.

נאך מער, ביי רוב גרויסע דזאבס ווי פריער געזאגט, קים איך אראפ זיכער מאכן אז אלס איז בסדר, ל"ג בעומר האב איך שוין געפילט אזוי פארזיכערט אז סגייט זיין גיט, בין איך געפארן קיין מירון מיט א רואיגקייט, אנדערש וואלט איך געפארן א טאג נאכדעם, אבער נאך אזא ב' ניסן, מיט א אבן הפינה ווי כ'האב געזען די סדר, די מענטשן שטעלן זיך צו האב איך דאס געקענט טון.

ווי לאנג פאר א מעמד זיצט איר שוין מיט די ווילעדזש איינגעשטעלטע צו פלאנירן און אויסשטעלן די מעמד?

מיר זיצן שוין דריי וואכן פארדעם אויסרעכענען די גאנצע מעמד, דערנאך נאנטער צום מעמד זיצן מיר נאכאמאל, נאכדעם אפאר שעה פארן מעמד, ווילבאלד עס קימען אלעמאל צו טוישונגען.

די טרעפיק ראוט באקימען מיר שוין אפאר טאג פארדעם און מיר גייען עס דורך, זיער צו מאכן אז אלעס שטימט, און וואס איז אינטערעסאנט צו זען אז ביי רוב דזאבס לייג איך צו זאכן צו די טרעפיק ראוט, נישט ווייל יענער טראכט נישט, נאר ווייל איך האב שוין עקפיריענס, אבער און סקווירא מיט משי קאפף'ס ראוט האב איך נאך קיינמאל נישט געדארפט אריין לייגן מיין מיינונג, ער איז מורה'דיג.

די סיקיארעטי קאמפעני בכלל אדער איר בפרט האט עפעס א שיכות מיט די רבי שליט"א?

כ'וועל דיר זאגן די קאמפעני האט נישט, אבער מיין טאטע האט געהאט א שיתוף וואס איז געווען א סקווירא, ער האט אסאך גענימען מיין טאטע צוזאמען מיט מיר צו די רבי שליט"א.

דערווייל זעה איך אז פאר ימים טובים ניצט מען נאך א אנדערע קאמפעני, גייט איר אויך אנהייבן מיט די ימים טובים און סקווירא, אדער איר וועט נאר טון די גרויסע מעמדים?

דערווייל נאר די גרויסע מעמדים, אבער אינז ארבעטן יעצט אויס א קאנטרעקט פאר ימים טובים.

לאמיר ענדיגן מיט א קשיא נישט בנוגע סיקיארעטי, וואס איז אייער בליק אויף סקווירא?

ס'איז א פלאץ ווי מ'קען זען ווי אזוי יודן דארפן זיין, ס'איז איין פלאץ, א אחדות, יעדער גיבט כבוד פאר יעדעם, ס'גיבט אביסל די געפיל ווי א באנגעלוי קאלני, אבער ס'איז א הערליכע שטעטל ס'איז ריזיג, און וואס איך בין די מערסטע נתפעל געווארן איז די אחדות.

א גרויסע יישר כח ר' שמעון פאר דיין צייט, זאלסט האבן

Report Page